די וועד העיר איז אויפגעשטעלט געווארן מיט די איינציגסטע מטרה צו פארזיכערן דעם עתיד פון דעם אויפבליענדן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
די מטרת הוועד זענען ווי פאלגענד:
- פארזיכערן אז יעדע תושב קען קויפן א הויז צו וואוינען פאר א געהעריגע פרייז, און זיכער מאכן אז אינוועסטארס אדער אנדערע היים אייגענטומער זאלן נישט אריינגעבן קייןאפפער'ס אויף א הויז וואס א תושב וויל קויפן, און אזוי ארום אויסכאפן דעם הויז, אזוי אויך באגלייטן דעם תושב מיט ראט איבער וויאזוי און פאר וויפיל אריינצוגעבן א אפפער פאר דעם הויז.
- פארזיכערן אז היים אייגענטומער אין אינוועסטארס קויפן הייזער פאר די ריכטיגע פרייז פון דעם געגנט און ברענגן נישט בשוגג ארויף די פרייזן מיטן שנעל כאפן הייזער וואס די פארקויפער וויל פארקויפן פאר א טייערער פרייז פון די מארקעט.
- ארויסהעלפן די קהילה הנאה האבן פון דעם אז אידן קויפן הייזער אין קאסא גראנדע, און נישט ח"ו אז דאס וואס אינוועסטארס אדער היים אייגענטומער קויפן דא הייזער זאל נאר צוגעבן א לאסט און פראבלעמען פאר די קהילה.
- ארויסהעלפן היים אייגענטומער מיט סייי וואס די קהילה קען העלפן, ווי צו'שכדנ'ען מיט יונגערלייט וואס האבן פרנסות וכדומה וואס קענען ארויסהעלפן סיי די היים אייגענטומער און סיי די קהילה.