לאקאציע
די שטאט קאסא גראנדע געפינט זיך אין דעם הערליכן סטעיט פון אריזאנע, אינעם ברייטערן מעטרא ראיאן פון פיניקס, בערך האלבוועגס צווישן פיניקס און טוסאן. עס איז 45 מינוט צו פארן פון דעם פיניקס אינטערנעשאנעל עירפארט, און פונקט איבער א שעה פון טוסאן. עס נעמט פונקט א שעה מיט א פערטל צו פארן צום סאבינא קעניאן אין טוסאן, וועלכע איז גאר באקאנט מיט איר געזונטע לופט.
דער שטאט
קאסא גראנדע איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר 880' (תר"ם) מיט פינף מענטשן, און איז זיך מיט די יארן הערליך שיין צואוואקסן, ביז עס האלט שוין היינט ביי העכער זעכציג טויזענט מענטשן. די מענטשן וואוינען זייער אויסגעשפרייט, און די שטאט פארמאגט ב"ה גענוג און נאך שטח זיך אויסצושפרייטן און זיך פארברייטערן ווייטער. רוב רובם הייזער אין שטאט זענען שיינע, רואיגע, איין פאמיליע הייזער, מיט א שטיקל שטח פון פארנט און אונטן, מיט אן אייגענעם דרייוועי און מיט גרויסע גאראדזשעס. כמעט וואס מען זעהט נישט קיין הויכשטאטקיגע בנינים פאר די אויגן.
דאס ברענגט א געוואלדיגע ישוב הדעת און הרחבת הדעת פאר די מענטשהייט, און ברענגט אז דאס לעבן דא אין שטאט איז פיל רואיגער ווי אין די גרעסערע שטעט. א זאך וואס זעהט זיך אן אפילו ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג וואס איז בדרך כלל פיל איידעלער און מער צוגעלאזן.
הרחבת הדעת
שוין אפגערעדט אז ביי אונז היימישע אידן ברענגט עס גאר אסאך רווחים. עס ברענגט א היימישקייט, אן אחדות און ברודערליכקייט וואס מען טרעפט נישט בכלל אין די גרויסע שטעט און ישובים. קליינע ישובים האבן אלעמאל ארויסגעברענגט דאס בעסטע און שענסטע פון אירע איינוואוינער. די כשרונות קומען מער ארויס, די שעפערישקייט באווייזט זיך און מענטשן שטייגן פיל מער.
קאסא גראנדע איז נישט אנדערש מיט דעם, ווי עס האט זיך שוין ארויסגעוויזן אין די קורצע צייט אפשניט זייט דער ישוב איז צושטאנד געקומען, און ווי עס זאגן עדות די איינוואוינער וועלכע שפירן גליקליך זיך צו געפונען דא יעדן איינציגסטן טאג. די רואיגקייט האט געוואלדיגע השפעה לטובה אויף די קינדער, אז אפילו אין די קורצע צייט וואס מען וואוינט דא זעהט זיך עס אן גאר שטארק.
קלימאט
די שטאט האט א ווארימע, טרוקענע, מדבר קלימאט; מיט געשמאקע ווארימע ווינטערס, וואס בייטאג איז אין געגענט פון צווישן זעכציג און זיבעציג גראד און ביינאכט ווערט קיל און געשמאק, אינעם געגענט פון פערציג ביז פופציג גראד.
זומער ווידער ווערט יא הייס און דער וועטער גייט אפט ארויף צו ארום 100 ביז 110 גראד, און צומאל אפילו העכער פון דעם. דערפאר אבער איז דער היץ זייער א טרוקענער, וואס מיינט אז מען שוויצט כמעט נישט. אנדערש ווי מען איז געוואוינט אין די צפון מזרח שטאטן ווי דער היץ איז מער א נאסער, און דערפאר שוויצט מען גאר אסאך. ווי די באזוכער און איינוואוינער זאגן עדות, איז דער היגער וועטער פון 110 גראד היץ נישט ערגער פון 85 גראד אין ניו יארק, ווען עס ווערט באגלייט מיט א שווערער שווייס.
אזוי אויך רעגנט כמעט נישט דא אין שטאט. אין דורכשניט פאלט דא רעגן אינגאנצן 32 טעג אינעם יאר. און געווענליך איז דאס מער אפט אין די זומער חדשים. רוב טעג אין יאר איז דער וועטער גאר שיין און זוניג. אפילו ווען עס רעגנט יא, איז געווענליך פארוואלקנט נאר במשך דעם רעגן און עס אפעקטירט נישט דעם גאנצן טאג.
דער שטאט געפונט זיך אין א שיינעם געגענט, מיט עטליכע הערליכע, מאיעסטעטישע בערג ממש נעבן די שטאט, וואס אויסער די שיינקייט וואס זיי געבן צו צום לאנדאשאפט, איז עס גאר געשמאק צו גיין שפאצירן דארט פון צייט צו צייט, צוגעבנדיג צום הרחבה און ישוב הדעת פון וועלכען די איינוואוינער דא געניסן.
באהערדע
די לאקאלע רעגירונג איז זייער פריינטליך און צוגעלאזן און זיי זוכן ארויסצוהעלפן מיט וואס זיי קענען, וואס העלפט שטארק די נייע קהילה זיך בויען און אנטוויקלען, מיט'ן הילף פונעם גרויסן באשעפער, און מיט זיין גרויסע סייעתא דשמיא וואס באגלייט אונזער נייעם ישוב פון דעם ערשטן טאג.
דירה נאה
הייזער אין שטאט זענען היפש ביליג. אפילו יעצט, נאך וואס אין די לעצטע צוויי יאר זענען הייזער אין גאנץ אמעריקא שטארק געשטיגן, קען מען נאך אלץ קויפן אין קאסא גראנדע שיינע הייזער פאר דעם פארהעלטנסמעסיג ביליגער פרייז פון צווישן דריי און פיר הונדערט טויזענט דאלער. און דאס איז סתם הייזער, מיר רעדן נישט יעצט פון דעם גרויסן פראיעקט וואס מיר בויען אליינס, דירעקט פאר'ן היימישן ציבור.
שטייערן
ריעל עסטעיט שטייערן איז אויך זייער ביליג, שטייענדיג ע"פ רוב ביי אונטער צוויי טויזענט דאלער א יאר, אזוי אז אפילו מיט דעם hoa צאלונג, קומט מען נאך אלץ נישט אן – בדרך כלל – צו גאנצע דריי טויזענט דאלער א יאר. צו דעם קומט אויך צו, אז צוליב דער קלימאט, איז דאס אויפהאלטן א הויז אויך ביליגער. די דאך האלט זיך פיל לענגער, אן עירקאנדישאן יוניט האלט כמעט טאפלט אזוי לאנג ווי אין די צפון מזרח שטאטן, וכדו'.
ישוב הדעת
די שטאט פארמאגט אויך פילע פארקס, וואו די קינדער – און זייערע עלטערן, קענען גיין זיך אויסלופטערן סיי וועלכן טאג, און מיילן פון ספעציעלע 'טרעילס' דירעקט געמאכט פאר די איינוואוינער פון שטאט צו שפאצירן און זיך אויסלופטערן נאך א טאג פון ארבעט. די אלע זאכן טוען נאך מער פארבעסערן דעם הרחבת הדעת פון די איינוואוינער.
א געזונטער באלאנס
פארט אבער איז עס נישט קיין דארף. קאסא גראנדע פארמאגט אלע וויכטיגע געשעפטן און ביזנעסער וואו מען קען באקומען אלע נויטיגע געברויכן וואס מען קען באדארפן, ממש ביי דער האנט. עס איז פשוט נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע, אבער אט זענען עטליכע באקאנטע:
אלע געשעפטן ווי וואלמארט. לאויעס (Lowes). האום דיפּאו (Home Depot). פּרייס (אזוי ווי שאפּרייט). סי ווי עס. וואלגרינס. און פילע אנדערע וויכטיגע געשעפטן; און אזוי אויך פילע בענק, אזוי ווי טשעיס, וועלס פארגאו, באנק אוו אמעריקא און עטליכע לאקאלע בענק.
וואוקס
גאר א מערקווירדיגער אנעקדאט איבער די שטאט קאסא גראנדע, איז איר הערליכער וואוקס. אין די לעצטע צוואנציג יאר איז די שטאט געוואקסן מיט איבער טאפלט. פון בערך 24 טויזענט מענטשן אין תש"ס, איז עס זיך צעוואקסן צו ארום זעכציג טויזענט מענטש היינט.
עס איז כדאי אויסצושמועס בקצרה די סיבות דערצו, ווייל דאס איז אויך נוגע פאר אונז. די סיבות, אויסער דעם עצם מציאות אז עס איז אריזאנא, וואס האט אירע מעלות (לייענט אינעם אריזאנע באריכט), האט דער גאנצער געגענט, און די שטאט קאסא גראנדע, א גרויסע מעלה, אז די לאקאלע רעגירונג קוקט מיט זייער א גונסטיגער אויג אויף די וואקס פונעם פלאץ.
אנדערש ווי אין פילע ערטער אין אמעריקא, וויל די רעגירונג אז דער שטאט זאל וואקסן. זיי מוטיגן עס און שטופן עס אויף יעדן אופן. זיי געבן גוטע הנחות פאר פירמעס צו קומען אהער, זיי ארבעטן מיט מיט יעדן איינעם אויף א פערזענליכן פארנעם אז מען זאל זיין צופרידן און באקומען וואס מען דארף.
אנשטאט אז מען זאל דארפן אויפנעמען מומחים וואס זאלן שתדל'ן ביי די סיטי אז איר זאלט קענען באקומען פערמיטן פאר אייער ביזנעס אדער פאבריק, האט די סיטי אליינס צוגעשטעלט א גרופע פון מומחים וואס ארבעטן מיט יעדע פירמע, אונטערצואיילן די פראצעדור און אז מען זאל קענען גרינגער באקומען א פערמיט.
צו דעם לויפן אדורך אין קאסא גראנדע צוויי אינטערסטעיט הייוועיס און אויך דער באן וואס פירט איבער גאנץ אמעריקא, און צו דעם איז עס אינגאנצן ארום איין שעה אוועק פון צוויי אינטערנעשאנעל עירפארטס.
און ווי דערמאנט פריער, איז דאס אויס די ערפארונג פון אונזער קהילה. די רעגירונג האט מיטגעארבעט און ארויסגעהאלפן צו יעדן פראיעקט. דאס איז גוטע נייעס, ווייל אזא סארט אטמאספערע איז געזונט פאר א היימישע ציבור צו קענען דא עטאבלירן נייעס ביזנעסער, אדער אריבערברענגען אלטע, וואו מען וועט בעז"ה זעהן גרויס הצלחה.
נייע הייזער
נאך א גרויסע מעלה פון דעם איז, אז אנדערש ווי אינעם גאנצן צפון מזרח ראיאן, וואס איז שוין א אלטער ראיאן, און ווען מען קויפט עקזיסטירנדע הייזער זענען זיי גאר אפט איבער הונדערט יאר אלט; איז דער פאקט אז קאסא גראנדע איז א נייער שטאט, א גרויסע מעלה ביים קויפן הייזער. ווייל רוב רובם פון די הייזער וועלכע קומען ארויף אויפן מארק צום פארקויפן, זענען גאנץ נייע הייזער, ע"פ רוב יונגער פון צוואנציג יאר, און פארט זענען זיי ביליגער פון די וועלכע ווערן ממש יעצט געבויעט.
פירמעס
אט איז א קורצע רשימה פון פירמעס, טייל נייע, טייל אלטע, וועלכע האבן באשלאסן זיך אהערצוציען צום געגענט פון קאסא גראנדע, אדער בויען דא נייע פאבריקן און ביזנעס צענטערן:
לוסיד:
די לעצטע יארן איז געווארן שטארק פאפולער אין אמעריקא, און איבער די וועלט, צו דרייוון עלעקטראנישע אויטאס. גאר באקאנט איז די טעסלא פירמע פון אילאן מאסק, וועלכע האט שוין געמאכט אסאך העדליינס און געווארן א פאפולערע אויטא.
אבער אין די לעצטע צוויי-דריי יאר איז אויסגעוואקסן א נייער ריז אין דעם פעלד, א נייער יונגל אויפן בלאק, ווי מען רופט עס, ווען עס האבן זיך צאמגענומען ריזיגע אינוועסטארס און האבן אויפגעשטעלט די 'לוסיד' פירמע, ווערנדיג די גרעסטע קאנקורענט פאר טעסלא.
די פירמע לוסיד האט אויפגעשטעלט א שפאגל נייעם פאבריק צו בויען זייערע אויטאס, ממש גענצליך פונדאסניי. דאס איז געווען א גרויסע נייעס אין אמעריקא, וויבאלד עס איז געווען די ערשטע גענצליך נייע אויטא פאבריק געבויעט צו ווערן אין אמעריקא אין פילע יארן.
דאס ארט וואס לוסיד האט אויסגעקליבן צו בויען זייער נייע פאבריק, איז טאקע אונזער שטעטל, קאסא גראנדע, וואו זיי האבן אפגעקויפט א ריזיגן שטח פון עטליכע הונדערט אקער און אויפגעשטעלט די נייע פירמע, וועלכע פראדוצירט שוין די נייע אויטאס.
וואלמארט:
די וואלמארט פירמע האט לעצטענס אויסגעקליבן קאסא גראנדע, און געבויעט דארט א נייעם, ריזיגן דיסטריביושאן צענטער פון ארום א מיליאן קוואדראט פיס, וועלכע טוט סערווירן די סופערסענטערס פון דריי סטעיטס אינעם ראיאן.
פריטא לעי:
די גרעסטע פאטעיטא טשיפ פאבריצירער, פריטא לעי, פארמאגט א ריזיגע פראדוקציע פאבריק אין קאסא גראנדע, וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן.
אבאט לאבראטאריעס:
די פירמע איז א ריזיגע, אינטערנאציאנאלע פירמע, מער באקאנט צוליב טייל פון אירע פראדוקטן, ווי סימילעק, פידיעלייט און ענשור, טוט אויך אפערירן א ריזיגע פאבריק אין קאסא גראנדע וואו עס ארבעטן הונדערטער מענטשן.
ניקאָלאַ:
בערך צוואנציג מינוט פון קאסא גראנדע האט מען אין די לעצטע צוויי יאר אויפגעבויעט א מעגא ריזיגע פאבריק פון די פירמע ניקאלא, וועלכע פראדוצירט עלעקטראנישע טראקס. נישט קארס, נאר טראקס, אבער מאסיווע סעמי טראקס (דאס איז די פאדערשטע טייל פון דעם טרעקטאר טרעילאר).
העקס-סעל:
נאך א אינטערנאציאנאלע פירמע וועלכע פארמאגט איר גרעסטע פאבריק אין קאסא גראנדע איז העקס-סעל, וועלכע פאבריצירט מאטריאלן וועלכע ווערן גענוצט אין עראפלאן פראדוקציע, סיי פאר קאמערציעלע עראפלאנען און אויך פאר מיליטערישע עראפלאנען.
קארגיל:
קארגיל איז א ריזן, מולטי ביליאן דאלער'דיגע פירמע, פון די גרעסטע פירמעס אין אמעריקא, און פארמאגט איבער הונדערט זעכציג טויזענט ארבייטערס. זי פארמאגט א גרויסע פאבריק אין קאסא גראנדע וועלכע פראדוצירט הונדערט צוואנציג טויזענט טאן פון עסן פאר בהמות יערליך.
*
געזונטע דזשאב מארקעט
די אויבנדערמאנטע זענען נאר א קליינע דוגמא פון וויאזוי ריזיגע פירמעס טרעפן פונקט די שטאט און איר אומגעגענט אלס פאסיג אויפצושטעלן דא פאבריקן, ווייל עס לוינט זיי. ווי אויך ווייזט עס אז די געגענט פארמאגט א געזונטע דזשאב מארקעט.
מיר זענען זיכער אז פאר די זעלבע סיבות ווי עס לוינט זיי, וועט עס אייך אויך לוינען אויפצושטעלן דא אייער ביזנעס, וועלכע וועט בעז"ה שטייגן און בליען און זיין א מקור פון הכנסה און פרנסה פאר אייך און נאך פילע אנדערע.
*
שפירט אייך באקוועם דא, שפאצירט ארום אינעם סייט און לערנט מער איבער דעם ישוב און דעם גאנצן סביבה. אויב עפעס בלייבט נאך אלץ שווער, שפירט זיך פריי זיך צו פארבונדן מיט אונז.https://khalchasidimcg.com/contact.php
*
*