לאקאציע
די סטעיט אריזאנא געפונט זיך דרום מערב פון די פאראייניגטע שטאטן, עס איז ארומגענומען מיט יבשה פון אלע זייטן. אריזאנע איז געווען די לעצטע - פון די 48 מחובר'דיגע שטאטן - צו ווערן א סטעיט. דאס איז געווען אין יאר 912' (תרע"ב).
היסטאריע
אין 848', נאך די אמעריקאנער-מעקסיקאנער קריג, האט אמעריקא איבערגענומען דעם שטח אויף וועלכען עס געפונט זיך היינט רוב פון די סטעיט אריזאנא, אבער אין יענע צייט האבן דארט געוואוינט גאר ווייניג מענטשן.
אין 860', ווען מען האט דורכגעפירט דארט די ערשטע צענזוס, האבן געוואוינט אין דעם שטח ווייניגער פון 6,500 מענטשן. אפילו צען יאר שפעטער, אום 870', האבן נאכנישט געוואוינט דארט קיין צען טויזענט מענטשן. אבער אין די קומענדיגע פאר יאר האט מען געפונען אין יענעם געגענט גאלד, און אנדערע מעטאלן, און מענטשן האבן זיך אנגעהויבן יאגן אהין, כדי צו קענען שנעל רייך ווערן, און די באפעלקערונג האט אנגעהויבן וואקסן.
ביי דעם צענזוס אין 880', האבן די נומערן געגעבן א שפרונג מיט איבער פיר מאל אזויפיל. אין יענעם יאר האבן שוין געוואוינט דארט העכער פערציג טויזענט מענטשן. אין יאר 912', ווען אריזאנא איז געווארן א סטעיט, האבן שוין געוואוינט דארט העכער צוויי הונדערט טויזענט מענטשן. אויב אבער האט איר געמיינט אז דאס איז אסאך, לאמיר אייך דערציילן אז היינט וואוינען אין דעם סטעיט קרוב צו זיבן מיט א האלב מיליאן מענטשן. עס איז היינט די פערצנטע גרעסטע סטעיט אין מענטשן.
וואוקס
עס זענען דא פילע פאקטארן וועלכע ברענגען דעם ריזיגן וואוקס. אריזאנא פארמאגט גאר אסאך מעלות, וועלכע טרייבן מענטשן פון איבער דעם גאנצן לאנד זיך אריבערצוציען אהין, און מיר וועלן דא אויסשמועסן עטליכע פון זיי.
אוודאי איז דער ערשטער, און מערסט זעעבארער, איר וועטער. רוב אריזאנע פארמאגט זייער א געשמאקער קלימאט, און עס איז כמעט אלעמאל שיין און זוניג. עס רעגנט דארט ווייניג און אפילו ווינטער איז אין רוב ערטער דער וועטער נישט ברוטאל קאלט.
נאך א זאך וואס ברענגט מענטשן קיין אריזאנא איז איר געזונטער עקאנאמיע. דער "קאסט אוו ליווינג", וואו מען רופט עס אין אמעריקא, איז דא זייער צוגענגליך, בפרט ווען מען שטעלט עס צו צו דעם דורכשניטליכן פארדינסט פון די באפעלקערונג.
עקאנאמיע
בשעת וואס עס וואלט געווען א לאנגע מגילה צו באשרייבן ברייט די גרויסע פינאנציעלע דיפערענצן צווישן ניו יארק און אריזאנא, האבן מיר דא אראפגרעברענגט נאר עטליכע קליינע נקודות, וועלכע וועלן אייך געבן א בליק איבער די פאזיטיווע עקאנאמיע פון די שטאט.
-
בשעת ווען אין אמעריקא איז אין די לעצטע דריי יאר די וואוקס פאר נייע דזשאבס געפאלן מיט איבער זעקס פראצענט, איז עס אין דעם ראיאן געפאלן נאר מיט צוויי פראצענט.
און קוקנדיג אויפן עתיד זעהט עס אויס נאך בעסער. בשעת וואס אויף אמעריקא בכלליות זאגט מען פאָר א וואוקס ראטע פון 33.5 פראצענט, איז עס פאר דעם פיניקס ראיאן פיל העכער, ביי 48.2 פראצענט. דאס איז גאנצע פופצן פראצענט מער. אויך דער ארבעטלאזיגקייט ראטע איז בעסער אין דעם ראיאן ווי אין אמעריקא בכלליות.
אין ניו יארק קאסט אין דורכשניט פופציג פראצענט מער דאס לעבן ווי אין פיניקס. און קאסא גראנדע איז נאך בערך 25 פראצענט ביליגער ווי אין פיניקס.
בכלל וואקסט עס אויף א פיל שנעלערע ראטע ווי ניו יארק, און עס ציעט א יונגערע עולם, טאקע צוליב איר בעסערע עקאנאמיע, אבער דאס אליינס העלפט אויך די עקאנאמיע. ווייל עס איז א יונגערע ציבור וואס וויל און זוכט צו ארבעטן. עס פארמאגט א גרעסערע פראצענט פון פארהייראטע פאמיליעס מיט קינדער, וועלכע ווייזט אויך אויף א שטערקערע סטאביליטעט.
געאגראפיע
דער סטעיט געפונט זיך אין א גוטן ארט געאגראפיש. דער קלימאט איז א ווארימער און טרוקענער. בערך האלב פון די סטעיט איז א מדבר קלימאט (כאטש עס איז צוטיילט אין פיר אנדערע מדבריות, וואס מיינט אז עס פארמאגט אנדערע סארט געוויקסן און אנדערע סארט בעלי חיים), און די אנדערע האלב, כאטש עס איז נישט מדבר, איז עס אבער פארט א ווארימער קלימאט.
דער ווארימער קלימאט ברענגט אהער אסאך מענטשן וועלכע האבן נישט ליב די ווינטערדיגע קעלטן פון די צפון שטאטן, און אירע נאסע זומערס. און כאטש וואס די זומערס דא זענען טאקע שטארק הייס, פארמאגט אבער די סטעיט מערערע ערטער וואס אפילו אין זומער ווערט נישט מער פון אכציג, וואס אינאיינעם מיט דעם וואס עס איז טרוקן, איז דער וועטער אויסנאם געשמאק. פילע איינוואוינער וועלן האבן א זומער הייזקע אין די קאנטריס אויף די בערג, וואו עס איז גאר אנגענעם סיי ווינטער – ווען די קעלטן זענען אויך נישט די ברוטאלע סארט ווי אין ניו יארק – און סיי זומער.
פילע פון די קאנטריס, וועלכע געפונען זיך אין די בערג, ציען יעדן ווינטער סקיערס, מענטשן וועלכע קומען זיך גליטשן אויף די שנייען, און די מענטשן דינגען אפ די זומער הייזער, אזוי אז עס ברענגט נאך אן איינקונפט אויך. דאס איז אויך גוטע נייעס פאר היימישע אידן, אז אויב עס פארבענקט זיך אייך אמאל צו די ניו יארקער שנייען, זענט איר קיינמאל נישט מער פון א שעה צוויי אוועק פון די בערג.
-
דער ראיאן איז אויך מער ווייניגער באשיצט פון נאטורליכע אומגליקן; דא פאסירן נישט קיין האריקעינס, טארנעידאס, ערדציטערנישן, אדער סיי וועלכע אנדערע נאטורליכע אומגליקן. דער פאקטאר אליינס ברענגט אסאך פירמעס אויפצושטעלן פאבריקן און וועירהאוזעס אינעם געגענט, וואס ברענגט אסאך דזשאבס מאכנדיג דעם געגענט פאר איינס מיט גאר א געזונטע דזשאב מארקעט.
רעליגיעזע חינוך
כאטש מיר זענען אידן און מיר נעמען נישט קיין צד צווישן רעכטע און לינקע פאליטיק, איז אבער דער מציאות, אז דאס וואס די סטעיט איז מער ווייניגער א רעכטע סטעיט, א גרויסע מעלה פאר אונז אידן. די שטייערן זענען נידריג, און אזוי אויך זענען די געזעצן איבער חינוך, און פראגראמען בנוגע שכר לימוד אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן, פאר רעליגיעזע מוסדות שטארק גינסטיג פאר א ערליכע, אידישע ישוב.
באקוועמליכקייט
וויבאלד רוב פון די סטעיט איז ניי, זענען די גאסן בדרך כלל געבויעט אין א גריד, וואס מאכט עס גרינגער צום דרייוון און צו טרעפן וואס מען זוכט. אזוי אויך זענען די גאסן ע"פ רוב ברייט און געשמאק צום פארן, מיט פיל ווייניגער טראפיק. אין די סטעיט פון אריזאנא איז נישט פארהאן אזא זאך ווי טאלל. איר צאלט קיינמאל נישט קיין געלט צו קענען אריינפארן, אדער ארויספארן פון ערגעץ, אדער צו פארן אויף א ספעציפישן הייוועי, און פארקינג איז בדרך כלל אויך נישט קיין פראבלעם.
אין רוב ערטער איז דער ספיד לימיט העכער ווי אין ניו יארק, און מער אין איינקלאנג מיט רעאליטעט, וואס אויסער דער באקוועמליכקייט און פראקטישקייט שבו, טראגט עס א זייטיגער בענעפיט, אז מען באקומט ווייניגער טיקעטס ווי אין ניו יארק.
נאטור
אריזאנא איז באקאנט צו זיין איינס פון די שענסטע סטעיטס, ווען מען רעדט פון נאטור. יא, יעדער ווייסט צו זאגן פון דעם גרענד קעניאן, וועלכע ווערט פאררעכנט אלס איינס פון די זיבן נאטורליכע וואונדערס פון די וועלט, און וועלכע ציעט צו זיך מיליאנען באזוכער יערליך. אבער פיל ווייניגער ווייסן צו זאגן איבער די צענדליגער אנדערע גאר הערליכע, אויגנפארכאפנדע סצענעס מיט וועלכע די סטעיט איז געבענטשט. און דא רעדן מיר נאר פון זאכן וועלכע קאסטן אפילו נישט קיין געלט.
און אפילו ביי די זאכן וועלכע קאסטן יא, געהערן זיי ע"פ רוב צו די אמעריקאנער אינדיאנער, וועלכע באזיצן א גרויסן טייל פון דעם סטעיט, און צוליב דעם האט עס נישט צוגעשטעלט דעם גאנצן עולם הזה פאר די באזוכער. וואס איז א גרויסע מעלה פאר ערליכע אידן, ווייל דאס ברענגט אז די דרגא פון צניעות אויף די מקומות זענען פיל מאל בעסער ווי ביי די גאר באקאנטע ערטער.
-
אט געבן מיר אייך צוויי ערטער, פשוט אלס א קליינע טעימה.
די ביידע ערטער, מאנומענט וואלי און ענטעלאופ קעניאן, ווערן פאררעכנט ביי פילע מענטשן אלס טייל פון די זיבן נאטורליכע וואונדערס פון די וועלט, צוליב זייער אויסטערלישע שיינקייט. טראץ וואס זיי זענען פיל קלענער פון דעם גרענד קעניאן, זענען זיי אבער אויסנאמליך שיין און אויגנפארכאפנד, און פילע מענטשן האלטן אז עס איז פיל מער וואונדערליך ווי דער גרענד קעניאן.
און היות א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, וועלן מיר בעסער לייגן עטליכע בילדער, ווי איידער אייך אויפצוהאלטן דא לענגער, מיט מערערע ווערטער, וועלכע וועלן סייווי נישט דערציילן איבער די ערטער מער ווי די בילדער!
זמנים
נאך א גרויסע מעלה פון די סטעיט אריזאנא, וואס איז נוגע פאר אידן שומרי תורה ומצוות, אז אריזאנא האט נישט קיין דעילייט סעיווינגס טיים. דאס מיינט אז מען רוקט קיינמאל נישט דעם זייגער. דאס איז א גרויסע מעלה פאר משפחות מיט קינדער, ווען זומער פאלט צו דער נאכט, אין ניו יארק, גאר שפעט. די שפעטסטע שקיעה אין ניו יארק, אינעם זומער, איז נאך 8:30. ווידער אין קאסא גראנדע איז די שפעטסטע שקיעה זומער, אום 7:39.
אויך ווינטער איז עס גרינגער ווי אין ניו יארק, ווייל וויבאלד עס איז נידריגער, מער דרום, אויפן כדור העולם, קומט אויס אז דער שקיעה איז שפעטער. אין ניו יארק איז ווינטער דער שקיעה פרי, אזוי פרי ווי ארום 4:30, וואס מאכט אז דער ווינטערדיגער פרייטאג איז א שווערע, קורצע פרייטאג. אין אריזאנא איז עס מיט כמעט א שעה לענגער. ווען דער פריעסטער שקיעה איז 5:21. מיט כמעט א שעה שפעטער ווי אין ניו יארק, מאכנדיג דעם ווינטערדיגן פרייטאג אביסל גרינגער.
דאס איז אויך א מעלה ביי אזעלכע תעניתים פון שבעה עשר בתמוז, תשעה באב און יום כיפור, ווען דער טאג איז לאנג און פאר טייל מענטשן איז שווער צו פאסטן אזוי לאנג, איז דא דער זמן מיט כמעט א שעה פריער ווי אין ניו יארק.
אט די אלע זאכן זענען טייל פון די מעלות פון דעם סטעיט אריזאנא, וואס טוט, זעלבסטפארשטענדליך, נאר צוהעלפן צו דעם אז דער ישוב זאל קענען שטייגן און בליען, און זיך הערליך אנטוויקלען צו אן עיר ואם בישראל.