א – פארוואס אוועק פון ניו יארק

ב – פארוואס אזוי ווייט ווי קאסא גראנדע



 

די פראגע אינעם קעפל איז איינס וואס מענטשן טוען אונז כסדר פרעגן, און דערפאר ווילן מיר ווידמען דעם אפטיילונג צו באהאנדלען די דאזיגע פראגע.

אבער כדי עס צו קענען באהאנדלען, דארפן מיר עס פריער צונעמען און פארשטיין וואס ליגט אונטער די פראגע. די פראגע הערט זיך זייער קורץ און פשוט. אבער פאקטיש ליגט אונטער דעם מער פון איין פראגע. בעצם ליגט אונטער דעם צוויי הויפט פראגעס.


 

פראגע איינס: פארוואס אוועק פון ניו יארק.

און מיר ווילן ערקלערן די פראגע. קיינער פרעגט נישט מיט גרויסע אויגן; פארוואס זאל מען מאכן א ישוב אין לינדן? פארוואס עפעס בלומינגבורג אדער מאנטיסעלא?

יעדער פארשטייט אז עס איז דא א דירות מאנגל, ניו יארק סיטי, בכלל און די היימישע ישובים אינעם סיטי בפרט, זענען אויסגעלאפן פון ארט, און אפילו די געגענטער ארום האבן שוין נישט גענוג ארט, און דערפאר מוז מען טרעפן נייע מקומות וואו צו וואוינען פאר די קומענדיגע דורות. דערפאר גייט מען צו די נייערע ערטער, ווי דזשוירזי סיטי, לינדען און אנדערע, פשוט ווייל דארט האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז מען האט געטראפן די מעגליכקייט צו קויפן (אדער בויען) הייזער און דירות פאר פיל בעסערע פרייזן.

דער נייער ישוב אין קאסא גראנדע האט אבער גענומען דעם מציאות פון נייע ישובים צו א גענצליך נייער לעוול. מען איז נישט געגאנגען דריי מייל ארויס פון לעיקוואוד, אדער פינף מייל ארויס פון מאנסי אדער קרית יואל און געמאכט א נייעם געגענט. ניין, מען איז געגאנגען אינגאנצן אוועק. דאס איז נישט סתם א נייער ישוב, נאר א גאנצער נייער ציוויליזאציע.

און אויף דעם וואונדערט מען זיך. אין דעם שטעקט דער שוועריגקייט פון די פראגע. פארוואס דארף מען אוועק גיין פון דעם געגענט וואו יעדער געפונט זיך? פון דעם מקום וואו מיין גאנצער וועלט עקזיסטירט?

דאס איז די ערשטע טייל פון די גרויסע פראגע, וואס מיר וועלן בעז"ה פרובירן צו פארענטפערן אין די קומענדיגע שורות.

 

פראגע צוויי: פארוואס אזוי ווייט ווי קאסא גראנדע?

און מיר וועלן צונעמען אביסל דעם פראגע אויך.

נאך וואס מיר וועלן פארשטיין דעם ענטפער צו די ערשט העלפט פון די פראגע, פארוואס מען זאל אוועק גיין פון דעם גאנצן ניו יארק'ער געגענט, פרעגט זיך כמעט ווי אויטאמאטיש די צווייטע העלפט פון די פראגע. נעמליך: פון ניו יארק ביז קאסא גראנדע איז א וועג פון צוויי און אהאלב טויזענט מייל. צווישן די צוויי שטעט ליגן אויסגעשפרייט פילע צענדליגער טויזנטער מיילן פון יבשה, און איבער די לאנגע שטרעקעס זענען פארהאן מערערע סטעיטס און פילע שטעט און אפילו אידישע ישובים.

אויב אזוי, פארוואס האט אויסגעפעלט צו קריכן ביז אזוי ווייט? איז שוין די גרויסע אמעריקא אויסגעלאפן פון ערטער מיט הייזער וואו זיך צו קענען באזעצן? פאקטיש איז דאך כמעט דאס גאנצע יהדות החרדית קאנצענטרירט אין דעם ניו יארק'ער אומגעגענט און מענטשן וואלטן, לכאורה, פיל גרינגער געגאנגען צו א מקום וואס איז נענטער צו ניו יארק.

אויב אזוי, פארוואס זאל מען עס שווער מאכן פאר זיי און גיין אזוי ווייט? פארוואס טאקע קען מען נישט טרעפן א מקום נענטער צו ניו יארק, נענטער צו וואו יעדער געפונט זיך יעצט, און דארט אויפשטעלן א נייעם מקום פאר היימישע אידן.

וואס אזאנס האט מען געטראפן דארט אין די ווייטע קאסא גראנדע אז עס האט זיך געלוינט צו גיין ביז אהין צו גרינדן דעם נייעסטן ישוב עלי אדמת אמעריקא. צו האט מען טאקע נישט געקענט טרעפן די דאזיגע גליקן אביסל נענטער?

 

די פראגעס זענען גוטע, אויסגעהאלטענע פראגעס. און דערפאר ווילן מיר זיי נישט אפענטפערן במחי יד. מיר האבן די דאזיגע פראגעס אדורך געטון בכובד ראש און מיר וועלן נעמען די קומענדיגע בלעטער און אויסשמעוסן דעם ענין מיט א ברייטקייט ביז עס וועלן קלאר ווערן די תשובות אויף די צוויי אויבנדערמאנטע פראגעס.
 

>>>

היות אז די פראגעס זענען שווערע, איז ממילא דער תירוץ אויך נישט קיין קורצער. די ענטפערס צו די פראגן וועלן אייך קלאר ווערן במשך דעם לענגערן שמועס וואס טוט נאכפאלגן.

כדי עס גרינגער צו מאכן האבן מיר עס אפגעטיילט אין קלענערע שטיקלעך, אבער פארט איז נישט יעדער איינער מוכן דורכצוטוען דעם ענין אזוי שנעל בכובד ראש.

אויב זענט איר נאכנישט גרייט פאר דעם לענגערן אפהאנדלונג און איר ווילט דאס לאזן אויף א פאסיגע געלגענהייט, אבער איר ווילט פארט באקומען עפעס אן ענטפער, האבן מיר פאר אייך געמאכט א קורצער ס"ה פון די ענטפערס, וועלכע איר קענט טרעפן ביים סוף פון דעם גאנצן אפהאנדלונג.

>>>



 

מיר וועלן אצינד אנהייבן מיט דעם ערשטן טייל פון די פראגע:

פארוואס אוועק פון ניו יארק?

-

לאמיר זיך אביסל אריינטון און אנאליזירן דאס לעבן פונעם יהדות החרדית אינעם היינטיגן ישוב, ניו יארק והגלילות. און אז מיר וועלן דאס טוען וועלן מיר זיך איבערצייגן אין דעם פאקט אז דאס לעבן אין דעם צענטער איז געווארן ממש אומדערטרעגליך. בגשמיות און ברוחניות. לאמיר דאס אביסל בעסער און ברייטער אויסשמועסן.


 

א בליק אויף צוריק

עס האט דערציילט א איד אז ער האט געקויפט א הויז אויף העיווארד סטריט אין וויליאמסבורג אום תשל"ט, און מען האט רחמנות געהאט אויף אים אז ער גייט וואוינען ממש ביים עק שטאט. (מיר גייען נישט אריינגיין דא אין א שמועס איבער פרייזן, און אויסשמועסן וואס ער האט געצאלט דעמאלס פאר דעם הויז, ווייל נישט דאס איז אונזער נושא יעצט) ער איז פשוט געווען א רחמנות אז ער גייט ארויס פון געגענט (פאר ווער עס קען נישט וויליאמסבורג. העיווארד סטריט איז היינט דער צענטער פון וויליאמסבורג. דער הארץ פון שטאט, שטייענדיג פונקט ביים גרעניץ צווישן אלט, און ניי וויליאמסבורג).

בארא פארק האט מען דעמאלס אנגעקוקט ווי אן אנדער לאנד. און ווער רעדט נאך פון מאנסי. מאנסי איז געווען עפעס א קליין שטעטל ווייט אוועק פון די מענטשהייט. דארט זענען געגאנגען נאר די אינטערעסאנטע מענטשן וואס האבן נישט געוואלט וואוינען צווישן מענטשן. די וואס ווילן וואוינען אין וואלד ווייט אפגעזונדערט פון די ציוויליזאציע.

אין תש"ן האבן נאך אין לעיקוואוד נישט געוואוינט קיין גאנצע טויזענט פאמיליעס. שוין אפגערעדט אז חסידים זענען דארט כמעט נישט געווען. און מען האט טאקע נישט געהערט פון אזא זאך אז א חסיד'ישער איד זאל זיך ציען אהין. לעיקוואוד איז געווען ביים אנדערן עק אמעריקא, אדער אפשר גאר אינדרויסן פון אירע גרעניצן.

 

דער ציבור וואקסט

וואס איז אבער געשעהן מיט די יארן? גאנץ פשוט. אונזער ציבור וואקסט. אין די צווייטע האלב מ' יארן האבן אנגעהויבן חתונה האבן די צווייטע דור וואס איז געבוירן דא אין אמעריקא, די אייניקלעך פון די מלחמה איבערלעבער, און אין די נ' יארן האט שוין דער דור חתונה געהאט אין די מאסן. דער היימישער ציבור האט זיך געגעבן א צואוואקס אויף א גאר שטארקן פארנעם. וויליאמסבורג האט זיך געגעבן א שפרייט אויס און א גאנצער נייער שטאט איז אויסגעוואקסן – ניי וויליאמסבורג.

בארא פארק האט זיך אויסגעשפרייט די גרעניצן פון אלע זייטן און אפילו מאנסי איז שוין געווארן א גרויסע שטאט. מען האט אנגעהויבן אראפווארפן די אלטע מאנסי'ער הייזלעך און אויף זייער ארט האט מען אויפגעבויעט גרויסע אפארטמענט בניינים. אלע שטעטלעך ארום מאנסי זענען באוואוינט געווארן מיט היימישע אידן, און אויך לעיקוואוד איז ארויפגעקומען אויף די מאפע.

אויב אמאל איז לעיקוואוד געווען א שטאט בלויז פאר אידן פונעם ליטווישן חדר, האט זיך דאס שנעל געטוישט. אין די שפעטערע תש"ס יארן, און אין די ע' יארן האבן טויזענטער חסיד'ישע אידן זיך באזעצט אין לעיקוואוד. פלוצלינג איז עס שוין נישט געווען אזוי ווייט. וואס איז געשעהן?

גאנץ פשוט. דער נויט האט געוויזן אז זאכן זענען נישט באמת וויאזוי זיי זעען אויס. מען האט געמיינט אז מאנסי איז א קליין דערפל ערגעץ ווייט אוועק, אבער דער נויט האט געפירט דערצו אז עס איז געווארן א שטאט, און שוין גארנישט אזוי ווייט. מען האט געמיינט אז לעיקוואד איז ביי יענע עק וועלט, און נאר פאר ליטאים, אבער דער נויט האט עס פלוצלינג געברענגט פיל נענטער. עכ"פ צום הארצן. אבער האט עס לפחות געוויזן אז עס איז גארנישט נישט אזוי ווי מען האט געמיינט.


 

וואו האלט עס היינט?

היינט האלט עס ביי דעם אז דער דריטער דור וואס איז דא געבוירן האט שוין חתונה אין גרויסן. יעדעס יאר קומען צו צום חסיד'ישן ציבור, א צירקע פינף טויזענט פרישע פארפעלקער! בליעה"ר, כה יתן ה' וכה יוסיף.

פ-י-נ-ף ט-ו-י-ז-ע-נ-ט!!!

דאס איז א נומער וואס מען דארף געהעריג צוקייען איידער מען קען עס פארדייען. עס האט גענומען קרית יואל בערך דרייסיג יאר אנצוקומען צו דעם מספר פון פאמיליעס. דאס איז באמת גאר א הערליכע זאך, כלל ישראל וואקסט, דער אויבערשטער איז מקיים ביי אונז ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה. עס איז אן ערהאַבן בילד צו זעהן די צענדליגער און הונדערטער באסעס ווי זיי פירן טויזנטער תינוקות של בית רבן אין די חדרים און מיידל שולעס.

עס איז א קידוש השם צו זעהן ווי טויזנטער ישיבה בחורים גייען יעדן טאג אין ישיבה שטייגן בתורה ובחסידות; ווי אזויפיל כולל יונגעלייט זענען זיך מייגע בתורה אין די בתי מדרשים פון די היימישע שטעט און צענטערן. עס דערפרייט דאס הארץ צו זעהן ווי אידישקייט וואקסט און בליעט, וויפיל בתי מדרשים, ישיבות און כוללים, ארגאניזאציעס פאר צדקה און חסד שפראצן אויף אין יעדן געגענט. עס קען גארנישט זיין בעסער און שענער פון דעם.


 

די צווייטע זייט מטבע

אבער לאמיר נעמען א מינוט און געבן א בליק אויף דעם צווייטן זייט פון די מטבע. וואס נאך האט אט די מאסיווע וואוקס געברענגט אויף אונזער ציבור? און עס איז יעצט דער צייט צו קוקן מיט א אמת'ע, ניכטערע בליק. מיר האבן שוין אראפגעלייגט דעם ערשטן, שיינעם זייט פון דעם גרויסן וואוקס. און עס איז באמת שיין. אבער עס האט א צווייטע זייט אויך, און מען טאר נישט מעלים עין זיין פון דעם, ווייל עס האנדלט זיך פשוט אין אייער לעבן, און אין די לעבן פון אייער פאמיליע, פון אייער פרוי און אייערע קינדער און אייניקלעך.


 

הויכע פרייזן

איינס פון די מערסטע מערקבארע זאכן וואס דאס האט געברענגט, איז די הויכע פרייזן פון ריעל עסטעיט. אין תש"ם האט א געווענליכע הויז אין וויליאמסבורג געקאסט ארום פופציג טויזענט דאלער. אין תש"ן האט דער זעלבער הויז געקאסט צוויי הונדערט טויזענט. אין תש"ס האט עס שוין געקאסט פינף הונדערט. היינט קאסט אזא הויז איבער אנדערהאלבן מיליאן דאלער.

אין מאנסי איז פונקט אזוי. אפילו אין די געגענטער ארום מאנסי צאלט מען היינט ארום א מיליאן דאלער פאר נייע הייזער. און דא רעדט מען ניי נוסח וויליאמסבורג. מען צואווארפט אן אלטן הויז און מען בויעט אויף דעם זעלבן ארט דריי אדער פיר, אזוי אז עס בלייבט ממש נישט קיין שטח ארום צו כאפן אן אטעם; און יעדעס איינע פארקויפט זיך פאר ארום א מיליאן דאלער און גאנץ אפט מער פון דעם.

אויב גייט מען ממש ווייט ארויס פון געגענט (איבער א שעה צו גיין צופוס) און מען קויפט א אלטן הויז (וואס איז געווענליך ארום פופציג יאר אלט, און צומאל מער) קען מען נאך טרעפן פאר עפעס ביליגער. א קליין הויז קען מען נאך טרעפן אינעם געגענט פון פינף, אבער סיי וועלכע הויז וואס איז נישט קליין און האט שוין פיר שלאפצימערן, איז שוין שווער צו טרעפן פאר אונטער זיבן הונדערט טויזענט. און כמעט אלעמאל דארף מען נאך אריינלייגן א שיינע פאר טאלער איידער מען קען זיך אריינציען דערין.

דאס איז שוין אויסער וואס שטייערן אין דעם גאנצן ראיאן קאסטן א פארמעגן מיט געלט. די ריעל עסטעיט שטייערן אליינס איז א באזונדערער רענט וואס בלייבט אויף דעם גאנצן לעבן. מיט שטייגענדע שטייערן וועלכע האלטן שוין היינט ביי א דורכשניט פון פופצן טויזענט דאלער א יאר, און אין פילע געגענטער נאך מער פון דעם, איז דאס אליינס א שווערע קאסט פאר א הויז אייגענטימער.

עס איז היינט א געווענליכע ערשיינונג אז מענטשן זאלן האבן א חודש'ליכע צאלונג פאר זייער דירה, פון זעקס ביז אכט טויזענט דאלער! צווישן מארטגעזש, טעקס און אינשורענס צאלונגען.

 

ווייטאגליכע תוצאות

אצינד לאמיר אביסל אריינקלערן אין דעם. וואס איז דער אפעקט פון דעם. וואס טוט דאס צו אונזער ציבור? ערשטנס, גאר אפט טרעפט מען יונגע יונגעלייט, וועלכע זעען דעם מצב און זיי ווילן נישט ווארטן ביז זייער פאמיליע וועט וואקסן, און מיט דעם זייער בודזשעט, וואס דאן וועלן זיי שוין זיכער נישט קענען קויפן גארנישט. שפרונגט מען אריין און מען קויפט עפעס א הייזל אדער א דירה שוין יעצט.


 

חובות

זעהט מען יונגעלייט לויפן ארום בארגן געלט, צומאל בארגט מען זיך אן מיט עטליכע הונדערט טויזענט דאלער, און ערשט דערנאך נעמט מען צו דעם א מארטגעדזש פון נאך אפאר הונדערט טויזענט. קוים האט מען אנגעהויבן דאס לעבן און שוין פאר'חובות'ט מען זיך. פארוואס? ווייל אויב איך וועל עס נישט טון יעצט, וועט עס שפעטער זיין נאך שווערער.

 

דירה נאה?

און דער הויז, אדער דירה, וואס מען קויפט שוין יא, וויאזוי קוקט עס אויס? וויפיל מענטשן קענען זיך היינט ערלויבן צו קויפן א דירה וואס פארמאגט נאך עפעס א שטיקל קרקע ארום זיך? מען בויעט פילשטאקיגע הייזער און בניינים, וואו מען וואוינט קעפ אויף קעפ, אין קליינע דירות. מען שטופט אריין אסאך צימערן אין ווייניג שטח, אבי עס קען הייסן א דירה מיט מער צימערן (און מען זאל קענען וואס מער צוטון האבן מיט די שכנים פון אויבן, אונטן און די זייטן...). אזעלכע דירות ברענגען נישט קיין שום ישוב הדעת פאר'ן מענטש.

 

מרחבת דעתו

נאכדעם דארף ער נאך צוקויפן א זומער הויז פאר נאך עטליכע הונדערט טויזענט דאלער, צו האבן וואו צו אנטלויפן פון צייט צו צייט, צו קענען כאפן אן אטעם פון אביסל פרישע לופט, ווייל דארט וואו ער וואוינט א גאנץ יאר האט ער עס נישט.

דאס נעמט דערנאך צו דעם ישוב הדעת פון די מענטשן. וויפיל אינגעלייט וואס וואלטן באמת געקענט אויסשטייגן האבן איבערגעלאזט דעם גמרא בלויז דערפאר ווייל זיי האבן נישט געקענט דעקן דעם הויכן בודזשעט.


 

מוסדות התורה

יעצט לאמיר אנקוקן נאך אן אספעקט פון דעם ריבוי העם אינאיינעם מיט דעם הויכן ריעל עסטעיט מציאות. עפעס וואס איז פיל ווייניגער זעעבאר צום אויג ווי דאס פריערדיגע.

מיט דרייסיג יאר צוריק האבן אלע חסיד'ישע מוסדות, פון די מוסדות וואס געהערן צו קהילות, געהאט א גרויסע פראצענט קינדער וואס האבן נישט געהערט צו די קהילה. דאס איז געווען דער פאקט. אין אלע קהילה מוסדות, ווי וויזשניץ, סקווירא, באבוב, בעלזא, סאטמאר, פאפא און אלע אנדערע. די אלע מוסדות האבן געהאט לערנען ביי זיך פילע קינדער וועלכע האבן דירעקט נישט געהערט צו די קהילה.

קוקט אייך אום היינטיגע צייטן און איבערצייגט אייך אליינס צו דאס איז נאך דער מציאות. דער פאקט איז אז היינט, נישט נאר וואס פרעמדע ווערן מער נישט אנגענומען אין די מוסדות פון די קהילות, נאר אפילו אייגענע נעמט מען פיל שווערער אן. אין יעדע קהילה זענען פארהאן מערערע מענטשן וועלכע מוטשען זיך צו טרעפן א מוסד פאר זייערע קינדער, צוליב דעם וואס מען נעמט זיי נישט אן אין זייער אייגענע קהילה.

און מיט אלע תירוצים וואס מען געבט אן, איז דא איין גרויסע תירוץ. דער ציבור איז פשוט געווארן צו גרויס.


 

צר לי המקום

און דער דאזיגער תירוץ פארמאגט צוויי חלקים. דער ערשטער חלק איז דאס וואס מיר האלטן אינמיטן דן זיין. אז דער גרויסער ציבור האט געברענגט א אומנאטורליכע אויפשטייג אין די פרייזן פון ריעל עסטעיט. דאס ברענגט אז עס איז פיל שווערער פאר די מוסדות זיך אויסצושפרייטן. בשעת ווען אמאל האט מען געקענט איינהאנדלען א נייעם בנין פאר א האלב מיליאן, אדער א מיליאן דאלער, קאסט עס היינט, צען, פופצן, צוואנציג מיליאן, און אפילו מער פון דעם.

וואס געשעהט צוליב דעם איז, אז א מוסד טראכט צוויי מאל פאר מען נעמט אן א קינד. אויב יעדעס קינד ברעגט מיך נענטער צום מוזן שאפן נאך צענדליגער מיליאנען דאלער פאר א נייעם בנין, מוז איך זייער שטארק דן זיין וועמען איך זאל אננעמען. און וועמען איך 'מוז' נישט אננעמען, וועל איך טאקע נישט אננעמען.

-

און דער צווייטער טייל, איז פשוט, אז צוליב דעם וואוקס פון דעם ציבור איז אזויפיל שווערער זיך אפצוגעבן מיט יעדן איינעם, און עס איז פיל גרינגער נישט באמערקט צו ווערן. און די שטילע, און די וואס האבן נישט ווער עס זאל רעדן פאר זיי, פאלן ארויס און בלייבן אויסגעשפילט.


 

קינדער אויף די גאסן

צוליב דעם מציאות זענען דא היינט ביי אונז הונדערטער קינדער און בחורים וועלכע דרייען זיך ארום אן א מוסד. יא, קינדער זיצן אינדערהיים, בחורים דרייען זיך אין די גאסן, אן קיין מוסד. און דאס איז אלעס צוליב דעם ריבוי העם.

א גרויסער טייל איז דירעקט צוליב דעם וואס די מוסדות האבן נישט קיין ארט און דערפאר נעמען זיי שווערער אן און זוכן זיך תירוצים אויף נישט אנצונעמען, און א גרויסער טייל איז נישט דירעקט פארבונדן צו ריעל עסטעיט, נאר דירעקט צום ריבוי העם.

ווייל צוליב דעם וואס דער ציבור איז אזוי גרויס, שפירט זיך דער יחיד נישט וויכטיג, ער שפירט זיך ווי א נומער, נישט ווי א מענטש. און דאס ברענגט אז אסאך פאלן אוועק ברוחניות, אזוי אז זיי זענען שוין ליידער נישט ראוי צו ווערן אנגענומען אינעם מוסד פון זייער קהילה.

קוקט אייך אום אביסל אין אונזערע גאסן און זאגט אליינס צו אייער הארץ ווערט נישט צובראכן אויף שברי שברים זעענדיג ווי די בני ציון היקרים, המסולאים בפז, די טייערע בחורים האמונים עלי תולע ווי זיי זענען ליידער חבקו אשפתות. וואס איז געשעהן מיט אונזער יונגווארג? פארוואס ווערן אזויפיל פון זיי פארפאלן?

עס זענען דא פילע סיבות, אבער איינס פון די שטארקע פון זיי איז, דער ריזיגער ציבור און דער טירוף הדעת אין וועלכע מיר לעבן אין די גרויסע ריזיגע ניו יארק, וואו מען ווערט פארלוירן אין איין רגע.

 

ארויסברענגען די כשרונות

נאך א סיבה צוליב וואס פילע פאלן אוועק, וואס איז אויך דירעקט פארבונדן צום ישוב אין ניו יארק, איז דער ענין וואס פילע שפירן זיך שרעקליך באגרעניצט.

יעדער מענטש איז געבענטשט מיט עפעס כשרונות טייל מער און טייל ווייניגער. יעדער בעל כשרון וועט אייך קענען מעיד זיין, אז א כשרון מוז מען קענען ארויסצוברענגען. דער כשרון אליינס פאדערט פון דעם מענטש איר ארויסצוגעבן. איינער וואס קען שיין זינגען מוז זיך ארויסגעבן און זינגען. איינער וואס קען שפילן מוזיק וועט אלעמאל שפירן א רצון דאס צו טון. דאס זיך ארויסגעבן, ערגענצן זיין כשרון, זיך צולערנען און עס פארבעסערן, וועט אים אלעמאל ברענגען סיפוק.

דאס זעלבע איז מיט איינעם וואס האט א כשרון פון הסברה, אדער רעדן און מעורר זיין. א כשרון צו ארגאניזירן און אנפירן זאכן. און אזוי ווייטער מיט יעדן כשרון. דער מענטש וואס איז געבענטשט מיט דעם שפירט א דראנג עס ארויסצוגעבן, און ווען ער קען עס נישט טון און זיינע כשרונות בלייבן דערשטיקט ביי אים, ברענגט עס איז ווייטאג און ער שפירט נישט קיין סיפוק.

ווען מען וואוינט אין אזא גרויסער ישוב ווי דער ניו יארק'ער אומגעגענט, איז פיל שווערער פאר א בעל כשרון זיך ארויסצוגעבן. עס איז פיל שווערער ארויסצושטארן און באמערקט ווערן מיט די כשרונות וואס מען פארמאגט אין א ריזיגע ישוב ווי אין א קליינער ישוב.

און דאס איז די סיבה פארוואס אין קליינע ישובים טוען מענטשן פיל מער אויפבליען, ווייל עס געבט זיי א געלעגענהייט זיך ארויסצוגעבן. און דאס איז אויך די סיבה וואס פילע וואס זענען ליידער אוועק געפאלן פון אונז געבן אן, אלס די סיבה פארוואס זיי זענען אוועק געפאלן. ווייל זיי האבן זיך געשפירט דערדרוקט און איינגעצוימט נישט קענענדיג ארויסברענגען זייערע כשרונות.

און אלס צוליב דעם ריבוי העם און דער ריזיגער ציבור צווישן וועלן מיר וואוינען.

*

מעכאנישע אידישקייט

און יעצט לאמיר געבן א בליק אויף די צווייטע זייט מטבע פון דעם אידישקייט לעבן אליינס. עס איז א הערליכער פענאמען ווי אין יעדע שטאט, יעדע עטליכע גאסן, איז פארהאן א "מנין פעקטארי". ס'זענען פארהאן די קלענערע מניינים פעקטאריס, וואו עס איז נאר דא א מנין יעדע האלבע שעה, אבער די זענען טאקע די שוואכע, אויב איז נישט דא א מנין לכל הפחות יעדע צוואנציג מינוט, איז עס נישט קיין גוטער שול. מען מוז ווארטן צו לאנג פאר א מנין.

אבער נאכדעם זענען דא די גרויסע מנין פעקטאריס. די לכתחילה'דיגע בתי מדרשים, וואו עס זענען דא מניינים יעדע פופצן מינוט. פארוואס? ווייל אזוי דארף מען קיינמאל נישט טראכטן: "ווען גיי איך דאווענען?"

מען קומט אין בית המדרש און מען לויפט אריין אין מקוה. און יעצט ווענדט זיך שוין אין ווער דער מענטש איז און אין וועלכע מקוה עס איז; ווי לאנג די מקוה וועט אים געדויערן, און צו ער וועט נאך דארט אריינכאפן א שמועס און זיך אויס'טענה'ן אין די לעצטע פאליטיק אדער נישט.

פון דארט גייט ער אין קאווע שטיבל און פארברענגט ביז ער ווערט פארטיג, און דעמאלס שטעלט ער זיך דאווענען, און כאפט זיך מיט מיט די מנין וואס האלט יעצט דארט ווי ער וויל היינט אנהייבן. אמאל ביי ברוך שאמר, אבער אמאל איז ער פונקט אין די גיסטע אנצוהייבן שוין ביי ברכו...

עס הערט זיך ווי א ווערטל, און אוודאי איז נישט יעדער אזוי. אבער עס איז וויכטיג אין אכט צו נעמען, אז באופן כללי קוקט דער לעבן אזוי אויס, און אז דער סארט לעבן, בשעת עס איז זייער 'באקוועם', און קוקט אויס זייער שיין, איז עס אבער דירעקט נישט גוט פאר'ן מענטש. נישט ברוחניות און אפילו נישט בגשמיות.


 

מצות אנשים מלומדה

דער גאנצער לעבן ווערט איין שטיק מצות אנשים מלומדה. מען טוט זאכן מעכאניש, אן קיין ברעקל מחשבה. מען דאווענט, מען לויפט צום שיעור לערנען, און אויף דעם זעלבן אופן לויפט מען אין רעסטאראנט. אין וועלכע? אה, אין די וואס איך בין היינט אין די גיסטע.


 

שוואוילטאג

עס הערשט א שוואוילטאג אין אידישקייט און דורכדעם ווערט דער גאנצער אידישקייט א שוואוילטאג. ביינאכט לויפט ער צו דריי וואכנאטס און צוויי חתונות, נישט ווייל ער וויל באמת דארט זיין און זיך עכט פרייען מיט יענעמ'ס שמחה, והא ראי', אז מיט רוב פון די מענטשן, צו וועמענ'ס שמחות ער לויפט כסדר, טוישט ער נישט קיין ווארט אזוי לאנג ווי די יאר איז. נאר וואס דען? פשוט, ווייל, אזוי טוט מען אין אונזער קאמיוניטי. ס'איז א חלק פונעם לעבן, פונעם סדר היום. מען לויפט צו שמחות. דאס גאנצע לעבן לויפט אזוי מעכאניש, אן קיין ברעקל מחשבה.

און דאס רופט זיך אפ אויף אונזער גאנצער לעבן, ברוחניות ובגשמיות. עס רופט זיך אויך אפ אויף אונזער משפחה לעבן, אויף אונזער קשר מיט אונזער פרוי און אונזערע קינדער. און אז מיר פירן זיך אזוי אויף, גייט עס דערנאך אריבער פון אונז צו אונזערע קינדער.

 

נשיאת עול

אז א מענטש האט קיינמאל נישט געשפירט דעם עול אז ער מוז זיך צואיילן צו שחרית ווייל ער האט נישט נאך א מנין אין פופצן מינוט ארום, דעמאלס האט ער נישט קיין עול פון דאווענען.

און דער פאקט איז אז די אידן וואס וואוינען אין די קלענערע ישובים האבן טאקע פיל מער א ערנסטקייט צו יעדע זאך וואס האט מיט אידישקייט. טאקע דערפאר ווייל ער לעבט כסדר מיט דעם מחשבה אז ער איז א איד.

און פונקט אזוי קוקט אויס אונזער חברותא לעבן, אדער "סאשעל לייף", ווי מ'רופט עס אין אמעריקא. אויך דאס גייט צו מעכאניש. רוב מענטשן האבן כמעט נישט קיין עכטע נאנטע פריינט, ווייל איך בין א חבר מיט יעדן איינעם פון בית מדרש. דער פאריאגטער לעבן און דער ריזיגער הו-הא וואס טוט זיך ארום און ארום, נעמט צו די צייט און דעם ישוב הדעת פונעם מענטש און מען קען נישט אנקניפן עכטע, ווארימע, נאנטע באציאונגען מיט חברים.


 

דאס אידישע שטוב

און די זעלבע זאך פאסירט מיט די משפחה לעבן.

לאמיר זיך מתבונן זיין, וואס איז אונזער לעבן? וואס איז באמת דער וויכטיגער טייל פון דעם לעבן פון א מענטש? איז דאס לעבן פון דעם מענטש דאס גיין צו אסאך שמחות? איז א גוטער לעבן דאס האבן אן אויסוואל פון פילע אידישע געשעפטן און רעסטאראנטן? איז א באדייטנספולע לעבן דאס האבן אן אויסוואל פון מנינים פעקטאריס? איז דאס די לעבן פון א מענטש? איז דאס וואס בויעט זיין לעבן, זיין מהות, זיין מציאות, זיין כאראקטער?

ניין. דאס לעבן פון א מענטש איז זיין רוחניות, זיין אינערליכער לעבן, זיינע נאענטע פריינט און זיין משפחה. זיין פרוי און קינדער. זיין שטוב, זיין אידישע שטוב, וואס ווען עס ווערט געפירט ווי עס דארף צו זיין ווערט עס א מקום פון השראת השכינה. דאס איז דאס לעבן פון א איד.

אין דיין שטוב איז דער ארט וואו דו קענסט שטייגן. דא איז דאס מקום וואו דו דארפסט זיך אויסצייכענען; מיט'ן געבן צייט, ליבשאפט און ווארימקייט פאר דיין פרוי/מאן און קינדער. מיט'ן זיין געטריי פאר זיי. מיט'ן לערנען מיט די קינדער און זיך שפילן מיט זיי. מיט'ן זיין א מוסטער פאר זיי וויאזוי מען פירט זיך אויף אין שטוב, בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו. וויאזוי מען עסט און וויאזוי מען לערנט; און וויאזוי מען פירט זיך אויף מיט יעדע טריט און שריט.

און יעצט לאמיר פרעגן די פראגע: ווען מען נעמט דעם קנה מידה וואס מיר האבן יעצט אוועק געשטעלט, וויאזוי קוקן אויס רוב פון אונזערע שטובער?


 

ששת ימים תעבוד

ווען אונזערע זיידעס זענען געקומען קיין אמעריקא נאכ'ן חורבן אייראפע, איז אמעריקא געווען אן אנדערער סארט לאנד. רוב אייראפעאישע אידן האבן געארבעט, אין פאבריקן, אין געשעפטן, אבער מען האט געהאט איין דזשאב. און פון דעם איין דזשאב האבן זיי געהאט פרנסה, זיי האבן געהאט דעם מעגליכקייט צו קויפן א הויז, וואו זיי האבן געהאט די צייט און קאפ אויפצוציען זייערע קינדער.

פון דעם דזשאב האבן זיי נאך געהאט די מעגליכקייט חתונה צו מאכן זייערע קינדער און ע"פ רוב האבן זיי אפילו געקענט זיי ארויסהעלפן אביסל זיך שטעלן אויף די פיס נאך די חתונה. זיי האבן געהאט א נארמאלע, מענטשליכע און אידישע לעבן.

און וויאזוי קוקן מיר אויס? וויפיל מענטשן האבן היינט געהעריג פרנסה פון איין דזשאב, און עס זאל זיי נאך בלייבן צייט און ישוב הדעת צו זיין א טאטע און א מאן? און א איד דערצו אויך, מיט צייט פאר דאווענען דריי תפילות מיט מנין און א געהעריגע שיעור ביינאכט צו דעם?

דאס לעבן קאסט אבנארמאל טייער, פארדינען פארדינט מען פיל ווייניגער און אין זייער אסאך פאמיליעס ארבעטן די טאטע און די מאמע, אפטמאל מער ווי איין דזשאב. קיין ישוב הדעת בלייבט נישט, סיי צוליב די פינאנציעלע לאגע און סיי צוליב דעם הו-הא און דעם טירוף הדעת פון דעם גרויסן ניו יארק'ער מעטראפאליע.


 

לוקסוס

און באמערקט אז מיר האבן נאך בכלל נישט צוגערירט דעם גאנצן נושא פון לוקסוס און אויפגעריסנקייט וואס איז ליידער שטארק איינגעריסן לעצטענס, און וואס איז לגמרי נישט קיין אידישע מידה און צושטערט בכלל דאס גאנצע רואיגקייט און פאמיליע לעבן פון א מענטש. עס גייט קעגן דעם גאנצן ערך פון צניעות, עס גייט אינגאנצן קעגן דעם אידישן ערך פון זיין ביישנים און לעבן באשיידן. און דאס איז אויך א דירעקטע תוצאה פון וואוינען אין ניו יארק, א שטאט ווי מאטעריאליזם און לוקסוס איז 'דער' ציהל פון לעבן.

דאס אלעס האבן מיר נאך נישט בארירט בכלל. מיר האבן ביז יעצט גערעדט פשוט פון דעם אומפארמיידבארן מציאות וואס קומט פון לעבן אין דעם גרויסן שטאט.

 

בקירוב מקום

אמת, איר זענט נאנט, נאנט צו וואס? צו אייער פאמיליע, חברים, באקאנטע, צו אייערע מסיבות און קומזיצן, צום מנין פעקטארי, גראסערי, מקוה, קאווע שטיבל, רעסטאראנט, פיצא געשעפט, סטעיק-האוז אדער אנדערע פארוויילונגס ארט. איר זענט נאנט.

איר זענט אזוי נאנט צום שכן, אז איר קענט הערן ווען זיינע קינדער קריגן זיך, ווען ער שרייט זיי אן, ווען ער שטייט אויף און ווען ער לייגט זיך. איר וואוינט אזוי צושטופט און צוקוועטשט, ווי סארדינען איינגעפאקט אין קליינע דירות קעפ אויף קעפ. איר זענט נאנט!

 

בריחוק הלב

איר זענט אבער ווייט פון אייער אייגענע פאמיליע, ווייט פון אייער פרוי און קינדער. ווייט פון א רוחניות'דיגע, איידעלע, באשיידענע לעבן, מיט ישוב הדעת און מנוחת הנפש. פון אט די וויכטיגע זאכן, די זאכן וועלכע דערהייבן באמת דאס לעבן פון דעם מענטש, פון די אלע זאכן איז מען ווייט.

*

א רעש און א טומל

מען לעבט היינט אין א וועלט וואס פראדוצירט אלעמאל 'נויז'. עס מאכט אזויפיל גערודער אז מען זאל קיינמאל נישט דארפן טראכטן. מען זאל קיינמאל נישט דארפן אריינקלערן; מה חובת האדם בעולמו? מען זאל זיך קיינמאל נישט דארפן מאכן א חשבון הנפש איבער וואס מען פארלירט פון אזא סארט לעבן.

און טאמער מאכט זיך שוין יא אמאל אז מען באטראכט זיך אביסל און עס כאפט זיך אריין א התעוררות, מאכט שוין דער מציאות זיכער אז עס זאל נישט לאנג אנהאלטן. איידער מען יאגט אן צו ענדיגן געהעריג די מחשבה, וועט שוין אונטערקומען עפעס אנדערש וואס וועט פארנעמען איר ארט. א מסיבה, (א וויכטיגע, באמת, א מסיבה של מצוה – טוט וואס מער מצוות, נאר חלילה זאלט איר נישט טראכטן איבער'ן תכלית פונעם לעבן); א קומזיץ, (א כשר'ע, אויסגעהאלטענע, מיט א גוטע השגחה און א משפיע וואס וועט העלפן דעם זינגער אייך מאכן הויך, נעקסט לעוול) אדער סיי וואס, דער עיקר איז ס'זאל זיין נאך גערודער, נאך נויז וואס וועט אייך אפהאלטן פון אביסל התבוננות.

איז דאס א לעבן? איז דאס די סיבה פארוואס מען דארף האבן די אלע זאכן?

און אז דער לעבן קוקט אזוי אויס, פארגעסט מען בכלל וואס עס מיינט צו זיין א איד. מען פארגעסט וויאזוי א איד דארף צו לעבן און זיין פונקט פארקערט פון דעם גוי. דאס גוי'אישקייט קריכט צוביסלעך אריין אינעם לעבן. דאס אמעריקאניזם קריכט אריין און מען ווערט פארגרעבט און מגושם.

*

מה יעשה הבן?

נאך איין נקודה איבער דעם נושא.

אסאך אידן, ווען מען רעדט מיט זיי איבער דעם ענטפערן זיי: איך דריי זיך אין ערליכע מקומות. אין מיין בית מדרש זעהט מען נישט די סארט זאכן און מען זעהט נישט די סארט מענטשן. זיי דרייען זיך אין אנדערע מקומות, אין אנדערע געגענטער, דאס האט דאך גארנישט צו מיר און מיט מיר.

צו די אידן ווילן מיר עפעס זאגן: קוקט נאך די אלע אידן וועלכע זענען יא אזוי, די וואס איר דאווענט נישט מיט זיי ווייל זיי דאווענען נישט אין אייער בית המדרש. געבט א קוק צו זייערע עלטערן האבן אויסגעזעהן אזוי ווי זיי. אין כמעט אלע פעלער וועט איר זעהן אז ניין, זייערע עלטערן האבן נישט אויסגעקוקט ווי זיי. זייערע עלטערן האבן נישט געדאווענט אין אזעלכע סארט בתי מדרשים, ווייל דעמאלס האבן נאך בכלל נישט עקזיסטירט אזעלכע בתי מדרשים.

אויב אזוי פון וואו זענען זיי ארויסגעוואקסן?

דער תירוץ איז, אז אזוי ווי ס'גוי'איש'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך. אזא ווערטל זאגט מען ביי אידן שוין פאר הונדערטער יארן. דער פאקט איז אז די דרויסנדיגע גאס און איר קולטור דרינגט אריין צו אונז. און וואס נענטער עס קומט אלס מער השפעה האט עס.

מילא, איר זענט שוין ערוואקסן און איר האט זיך ב"ה גוט אוועק געשטעלט, כאטש מען איז קיינמאל נישט פארזיכערט, אבער פארט זענט איר דאך שוין נישט קיין בחור. אבער אייערע קינדער, אייערע אייניקלעך, ווער וועט זיין זייער משפיע? וועלן אייערע קינדער זיך קענען ערלויבן צו וואוינען אין דעם זעלבן געגענט ווי אייך און דאווענען אין דעם בית המדרש וואו זיי זענען אויפגעוואקסן? אלע אייערע קינדער וועלן זיך קענען ערלויבן דארט צו וואוינען?

און אפילו אויב יא, זענען זיי פארט אויסגעשטעלט צו דעם ברייטערן גאס און דער קולטור וואס הערשט דארט. דעריבער, אפילו אויב איר קלערט צו זיך אז אלעס וואס מיר האבן געשריבן ביז אהער איז אייך נישט נוגע, קלערט נאכאמאל, ווייל אייערע קינדער און אייניקלעך זענען אייער עתיד.


 

א נייע התחלה?

מיר זענען נישט געקומען ביז אהער צו קרטיקטירן ח"ו כלל ישראל. ישראל קדושים הם. אידישע קינדער זענען באמת הייליג און זוכן נאר צו טון דעם רצון הבורא. פארט אבער איז דער שאור שבעיסה מעכב. און דאס וואוינען אין אזא מקום ווי ניו יארק, ווי מיר האבן ערשט געוויזן, איז ליידער א גרויסער שאור שבעיסה און א גרויסער מעכב פון נאנט צו ווערן צו רבונו של עולם און פירן א אמת'ע ערליכע, אידישע לעבן.

זעענדיג ווי די אלע זאכן האבן טאקע נישט קיין שייכות צום כלל ישראל בעצם, נאר צום מקום וואו זיי וואוינען, האבן מיר פארשטאנען אז עס איז טאקע נישט גענוג צו גיין נאר ארויס פון ברוקלין, און די פאר אנדערע עטאבלירטע ישובים. עס לייזט נישט כמעט קיין איינס פון די פראבלעמען.

אמת, דירות זענען טאקע א שיין ביסל ביליגער אין די נייע געגענטער ווי אין די עקזיסטירנדע, אבער פארט איז עס ווייט פון ביליג. און אויסער דעם, ווי נאר א ישוב הייבט אן צו באקומען עפעס הענט און פיס פליען די פרייזן ארויף גאר הויך, אויך א שרעקליכער ווייטאג און א תוצאה פון דעם ניו יארק'ער מענטאליטעט, אבער דאס איז די איינציגסטע מעלה פון די מקומות.

אוודאי איז דער ישיבת כרכים נישט ממש אויפן זעלבן דרגא ווי אין די עקזיסטירנדע מקומות, אבער עס איז נישט צופיל בעסער און דער גאנצער מהות, מציאות און קולטור פון דעם ניו יארק'ער לעבן בלייבט די זעלבע.

און דערפאר האבן מיר איינגעזעהן אז מען מוז גיין ווייטער. מען מוז זיך דערווייטערן אביסל פון דעם ניו יארק'ער אומגעגענט, אז עס זאל באמת קענען זיין א נייער התחלה, א נייער בנין, וואס וועט אבער פארט געבויעט ווערן אויף די אלטע יסודות פון תורה, חסידות און יראת שמים.

דאס איז די סיבה פארוואס מיר האבן באשלאסן צו גיין אינגאנצן אוועק פון ניו יארק.

 

נאך איין נקודה

יעצט דארף זיך אויטאמאטיש שטעלן די צווייטע פראגע. נעמליך, אויב מען מוז טאקע גיין ווייט, פארוואס מוז עס אבער זיין אזוי ווייט?

און מיר וועלן די פראגע אדערסירן. אבער איידער מיר גייען דאס טון, ווילן מיר אנרירן נאך א נקודה, וועלכע שטייט צווישן די צוויי פראגעס.
 

א הארבע פראגע

אויב דער מצב קוקט טאקע אזוי אויס, און יעדער וואס לעבט ביי אונז וועט מודה זיין אז עס איז אזוי, ווערט דאך נאר שווערער די גאר הארבע פראגע. וויאזוי קען דאס טאקע זיין אז עס מאכן זיך נאכנישט קיין נייע ישובים. אז עס איז טאקע אזוי שווער צו לעבן דא, וואלט זיך דאך געדארפט מאכן נייע ישובים איבער גאנץ אמעריקא? פארוואס טאקע איז עס אזוי אז פון ניו יארק ביז קאסא גראנדע האט זיך נאכנישט געמאכט עפעס א געהעריגער ישוב?
 

כל התחלות קשות

עס זענען זיכער פארהאן מערערע סיבות. איינס פון די סיבות איז אבער זיכער דער פאקט אז עס איז זייער שווער. עס "מאכט זיך" נישט אזוי א ישוב. א נייער ישוב מיינט; בתי מדרשים, מקוואות, בתי חינוך פאר אינגלעך און מיידלעך. עס מיינט אויך נייע אידישע געשעפטן. געשעפטן וואס אין די ערשטע צייט מאכן זיי נאכנישט קיין געלט. עס מיינט אז אין די ערשטע צייטן איז נישטא דארט אלע באקוועמליכקייטן צו וואס מען איז צוגעוואוינט. כל התחלות קשות זאגן שוין חז"ל, עס איז נישט אונזער אויפטו, און דאס איז זיכער איינס פון די שטערקסטע סיבות פארוואס עס איז נאכנישט געשעהן.

 

מי יש סיפק בידו?

עס איז אבער נישט די איינציגסטע סיבה. מען דארף געדענקען, אז מי שיש בידו סיפק לעשות, די מענטשן וואס האבן די כוחות עס אויסצופירן, די זענען געווענליך אזעלכע מענטשן וועלכע לעבן מער אויף די באקוועמערע זייט. זיי זענען געווענליך פיל מער בעלי יכולת, זיי האבן בדרך כלל בעסערע וואוינונגען, און זיי קענען עס דעקן אויך. די וועלט זאגט אז א זאטער שפירט נישט א הונגעריגן. און עס איז אמת, דער מענטש וואס וואוינט באקוועם שפירט נישט באמת דעם נויט און דעם שווערן מצב אין וועלכן דער פשוט'ער יונגערמאן – וועלכער איז געווענליך זיין ארבעטער וואס בויעט זיין ביזנעס – לעבט.


 

דער ביזנעסמאן

און אפילו ווען ער זעהט עס און ס'קען אפילו זיין אז ער פארשטייט עס, פארט "שפירט" ער עס נישט. ס'רירט אים נישט צו אויף אזא פערזענליכן אופן. און דאס וואס ער זעהט יא איז נישט גענוג אויף דעם אז ער זאל אונטערנעמען אזא שווערע אונטערנעמונג. אויב איז ער א ביזנעסמאן וואס אינוועסטירט, וויל ער וואס שנעלער צוריק מאכן דאס געלט וואס ער האט אינוועסטירט, און וואס מער. היימישע אידן אינוועסטירן פאקטיש אין פילע סטעיטס און בויען פילע ריעל עסטעיט פראיעקטן מיט טויזנטער הייזער. אבער זיי בויען עס פאר די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס, פאר די פשוט'ע סיבה ווייל דארט איז פיל גרינגער צו מאכן געלט.

 

דער עסקן

ווידער אויב איז ער אן עסקן איז ער בדרך כלל פארנומען מיט עסקנות און ארבעט ביז איבער'ן קאפ און די ביטער-שווערע ארבעט וואס מוז בהכרח אריינגיין אין דאס אויפשטעלן א נייעם מקום ישוב, איז נישט פון די זאכן וואס שטייען אים בראש מעייניו.

און מען קען אים פארשטיין. עס איז גאר שווער און ער שטייט נישט ליידיג. קיינער זוכט נישט דוקא שווערע ארבעט, ווען ער האט גענוג ארבעט וואס מוז געטון ווערן, און די אנדערע ארבעט איז נאך גרינגער אויך (נישט גרינג, אבער גרינגער פון מאכן א נייעם ישוב). מיר אלע וואלטן בפשטות געקליבן צו טון דעם גרינגערן.

דער דאזיגער מציאות האט געברענגט א מצב אז מענטשן האבן אנגעהויבן זאגן, און אפילו גלייבן, אז מען קען פשוט נישט. עס איז נישט מעגליך. מען קען נישט מאכן נייע ישובים.


 

מען קען יא!

ביז א קורצע צייט צוריק האבן מענטשן געשריגן אז מען קען בכלל נישט מאכן קיין נייע ישובים. ווען אזא מקום ווי דזשוירזי סיטי איז ארויפגעקומען אויף די מאפע, האבן עס מענטשן גאר גענוצט דוקא אויף איבערצואווייזן דעם טענה אז מען קען טאקע נישט, והא ראיה, דזשוירזי סיטי האט זיך טאקע נישט עכט אויסגעארבעט (הגם דאס איז נישט אמת, אבער דא איז נישט דאס מקום דאס אויסצושמועסן).

אבער דאן איז געקומען כ"ק אדמו"ר מ'קאסאן שליט"א, און ער האט געגרינדעט א ישוב אין לינדען. דער קאסאנ'ער רבי איז נישט באקאנט אלס גרויסער אונטערנעמער, ביזנעסמאן אדער עסקן. עס האט אים פשוט וויי געטון דער מצב וואס ער האט געזעהן און ער, מיט א קליינער ציבור פון זיינע חסידים האבן געטון צו דער זאך און זיך באזעצט אין א נייעם מקום. יעצט איז מען שוין געוואויר געווארן אז מען קען דוקא יא, אויב נאר עס איז פארהאן איינער וואס וויל עס גענוג שטארק.

פלוצלינג האט מען זיך גענומען גיין, אין א קורצע פאר יאר וואוינען שוין דארט שווערע הונדערטער משפחות, פון מערערע קהילות און עס וואקסט פון טאג צו טאג, און דאס האט שוין געברענגט אז נאך עטליכע קהילות זענען געגאנגען אין יענעם אומגעגענט און אנגעהויבן אייגענע ישובים.

האט מען זיך איבערצייגט אז מען קען טאקע יא. אבער נאך אלץ האבן מאנכע געגלייבט אז כאטש מען קען טאקע, קען מען אבער נאר אינעם געגענט פון ניו יארק, וואו מען קען פארט בלייבן צוגעבונדן צום באקאנטן ארום.

 

דעם אויבערשטנ'ס צדקה

אבער צו איז דען דאס טאקע א תכלית? צו איז דאס דער מהלך אז כלל ישראל זאל וואקסן און זיך מערן נאר אין דעם איינעם געגענט און אין דעם איינעם ראיאן. צו האבן מיר פארגעסן וואס חז"ל זאגן: צדקה עשה הקב"ה עם ישראל שפיזרן בין האומות" (פסחים, פז:).

דאס איז טאקע נאך א חסרון פון לעבן אין אזא ריזיגן ציבור, אז מען פארלירט דעם הרגש אז מען איז אין גלות, מען הייבט זיך אן אויפהייבן דעם קאפ איבערן גוי, אזוי אז אויב דער גוי האט אונז נאכנישט גענוג פיינט, געבן מיר אים נאך סיבות אונז פיינט צו האבן.

עכ"פ דער מציאות איז, אז דערווייל האט זיך נאכנישט געמאכט א געהעריגער ישוב אין סיי וועלכן אנדערן ראיאן אין אמעריקא. און ווי איר זעהט אליינס איז עס באמת א ווייטאג. אמעריקא איז פול מיט הערליכע אידישע ישובים, אין א גרויסן טייל פון זיי זענען אפילו דא מוסדות התורה. אין רוב פון די שטאטן זענען פאקטיש פארהאן אידישע ישובים. אבער דער חסיד'ישער איד האט נישט קיין אויסוואל. ער מוז בלייבן שטעקן אין ניו יארק.

 

 

 

פראגע צוויי: פארוואס אזוי ווייט?

אצינד וועלן מיר צוטרעטן צו די צווייטע העלפט פון די פראגע וועלכע מיר באהאנדלען יעצט. אז אויב מוז מען שוין גיין אוועק פון ניו יארק, פארוואס זאל מען גיין אזוי ווייט? פארוואס נישט אנהייבן ערגעץ אביסל נענטער?

 

צייט פאר א טויש

אז מען פארשטייט די אלע זאכן, קען מען אנהייבן פארשטיין פארוואס טאקע מיר האבן באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט דאס צו ענדיגן. עס מעג, און עס דארף, זיין אן אויסוואל אויך פאר א חסיד'ישן איד, צו קענען גיין און זיך באזעצן אין א ערליכע, חסיד'ישע ישוב ערגעץ אנדערש פון ניו יארק.

מיר האבן געזוכט פאר עטליכע יאר א פאסיגע ארט וואו צו גרינדן אונזער נייעם ישוב. און ווען מיר האבן באשלאסן אז מען גייט זוכן, גייט מען שוין זוכן ערגעץ וואו עס זאל זיין לכתחילה, עס זאל האבן וואס מער מעלות פאר אן ערליכע, חסיד'ישע ישוב. און דאס, און נאר דאס, האבן מיר געהאלטן פאר די אויגן. די מעלות און יתרונות וואס וועלן העלפן דעם ישוב וואקסן און בליען, און וועלן העלפן אירע איינוואוינער לעבן א פולע לעבן, מיט תוכן און מיט אידישקייט.

 

וואס האבן מיר געזוכט?

אלזא, מיר האבן געזאגט דא אז מיר האבן באשלאסן אז אויב מען גייט שוין זוכן, גייט מען שוין זוכן עפעס וואז זאל זיין אינגאנצן לכתחילה, וואס מער לכתחילה אלס בעסער. שטעלט זיך דאך די פראגע, וואס מיינט דאס לכתחילה? וואס פונקטליך האבן מיר געזוכט?

מערערע מקומות דא אין אמעריקא, וועלכע מען האט פרובירט צו אנטוויקלען אלס נייער ישוב און פארקויפן דארט הייזער פאר אחב"י, זענען פון אנהייב אן געווען געפלאנט פאר גוים. פאר די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס. און עס איז פשוט אז זייערע געברויכן זענען בכלל נישט די זעלבע ווי אונזערע און נישט יעדעס מקום וואס קען זיין גוט פאר זיי קען זיין גוט פאר אונז.

פארט אבער לייגט זיך אזא מהלך אויפן שכל, ווייל דער ווייטאגליכער מציאות איז, אז מיר געפונען זיך נאך אין גלות, און דער גוי האט אונז נאך אלץ נישט ליב באקומען. און דערפאר איז זייער שווער צו באקומען פערמיטן צו בויען א דעוועלאפמענט לכתחילה פאר היימישע אידן. דערפאר, ווען עס מאכט זיך עפעס וואס פארמאגט שוין א באשטעטיגונג, איז עס א שכל'דיגע סברה אז מען זאל נעמען דאס וואס איז שוין דא. ערגעץ וואו מען קען שוין פאקטיש בויען.

מיר זענען אבער נישט געווען צופרידן פון דעם. מיר האבן געוואלט א מקום וואס זאל לכתחילה זיין צוגעפאסט פאר אונז חרד'ישע אידן און זאל ענטפערן אויף אונזערע געברויכן.


 

דריי נקודות

וואס פונקטליך זענען געווען די געברויכן וועלכע מיר האבן געזוכט?

דריי וויכטיגע נקודות זענען געשטאנען פאר אונזערע אויגן, וואס דאס האבן מיר געזוכט צו טרעפן.

פארשטייט זיך אז מען מוז טרעפן א מקום מיט א מעגליכקייט פאר גענוג הייזער, דאס איז דאך פשוט און גייט נישט אריין אין די דריי נקודות. אבער נאך וואס מען טרעפט שוין אזא מקום, האבן מיר געוואלט טרעפן דריי זאכן:
 

דאס ערשטע, האבן מיר געזוכט א פלאץ וואס זאל האבן א גוטן פינאנציעלן באלאנס. עס זענען דא שטעט, אזוי ווי ניו יארק און לאס אנדזשעלעס, וואו דאס לעבן קאסט פיל מער פון וויפיל דער דורכשניטליכער מענטש פארדינט. און לאו דוקא דער דורכשניטליכער; עס קאסט פיל מער אפילו פון וויפיל דער שיינער פארדינער פארדינט. דאס דארף איך נישט דערציילן קיינעם, יעדער יונגערמאן אין ניו יארק קען זיין עדות אויף דעם.

עס מוז אבער נישט זיין אזוי. עס זענען פארהאן פילע שטעט איבער אמעריקא ווי דער "קאסט אוו ליווינג", ווי מען רופט עס דא אויפן שפת המדינה, איז פיל מער אין איינקלאנג מיט דעם דורכשניטליכן פארדינסט פון די איינוואוינער.

איז דאס איז די ערשטע זאך וואס מיר האבן געזוכט. א פלאץ וואס דער דורכשניטליכער פארדינסט און די קאסט פונעם לעבן זאלן האבן געזונטן באלאנס. דאס מיינט אז דער מקום דארף האבן א גוטער פינאציעלער רוקן; עס דארף זיין אסאך ארבעט און ביזנעס געלעגנהייטן אינעם געגענט, אבער גלייכצייטיג זאל דער קאסט פונעם לעבן נישט זיין אין די הימלען. אז הייזער זאלן נישט קאסטן איבערגעטריבענע, הויכע פרייזן, און די זעלבע מיט אלע אנדערע לעבנסגעברויכן.

און ווי שוין געזאגט, האבן מיר געזוכט, פארשטייט זיך, א מקום מיט א מעגליכקייט פאר גענוג הייזער, מיט גענוג ארט זיך אויסצושפרייטן, כדי אז די פרייזן זאלן נישט ווילד ארויפשפרונגען ווי נאר עס קומען צו נאך אביסל מענטשן אין שטאט. און צו דעם פעלט זיך אויך אויס, זעלבסטפארשטענדליך, אז די לאקאלע רעגירונג זאל זיין פריינטליך און צוגעלאזן, אז מען זאל קענען בויען אן קיין באזונדערע שוועריגקייטן.
 

דאס צווייטע, האבן מיר געזוכט א סטעיט וואס זאל זיין מער רעכטס גענויגט. נישט ווייל מיר ליגן אין פאליטיק, נישט ווייל מיר זענען א טייל פון די אמעריקאנער שמעלצ-טאפ און קאכן זיך צווישן רעכטע און לינקע, נאר פשוט דערפאר ווייל אין די רעכטע סטעיטס זענען זייער אפט די געזעצן און פאליסיס מער צוגעפאסט צו וואס חרד'ישע אידן דארפן. דהיינו; די שטייערן זענען נידריגער, און בכלל זוכט די רעגירונג ווייניגער זיך אריינצומישן אינעם לעבן פון דעם פריוואטן בירגער.

דאס רופט זיך אויך אפ ביי ענייני חינוך. אז די סטעיטס וועלכע זענען מער רעכט, געבן געווענליך מער רעכטן פאר די עלטערן ווען עס קומט צו די חינוך פון די קינדער און זיי וועלן זיך נישט אריינמישן אין די רעליגיעזע חינוך וואס מיר ווילן געבן אונזערע קינדער. די סטעיטס וועלן געווענליך האבן א סיסטעם וואס איז בעסער אויסגעשטעלט פאר רעליגיעזע מוסדות אינעם פינאנציעלן זין אויך; וואס איז וויכטיג אלעמאל, אבער ספעציעל ביי א נייעם ישוב, וואו מען דארף פון פריש אויפשטעלן נייע מוסדות, מהמסד עד הטפחות.

 

דאס דריטע, האבן מיר געזוכט, אז דאס מקום זאל האבן נאך א סיבה פארוואס מענטשן זאלן וועלן אהינקומען. עס זאל נישט זיין בלויז די פריערדערמאנטע מעלות, נאר עס זאל האבן נאך עפעס וואס זאל אהינציען מענטשן. צו א נאטירליכע זאך, אדער עפעס אנדערש".

 

וראיתם את הארץ מה הוא

עס איז פשוט אז דאס בעסטע איז ווען מען קען טרעפן א געאייגענטן ארט אין א סאבורב פון א גרויסע שטאט, וועלכע פארמאגט אפט די מעלות פון דעם גרויסן שטאט, אבער נישט די חסרונות, ווי טייערע ריעל עסטעיט און די טירוף הדעת און געפילדער וואס קומט געווענליך מיט א גרויסע שטאט. וואס חז"ל רופן אן, 'ישיבת כרכים קשה'.

אין די קלענערע שטעטלעך הערשט פיל מער א רואיגקייט וואס מאכט בכלל דאס לעבן בעסער, מיט מער ישוב הדעת, און אוודאי איז עס פיל מער געאייגענט צום אויפציען ערליכע, אידישע, חסיד'ישע דורות. ווי דער מציאות ווייזט טאקע אין די קלענערע ישובים ארום דער וועלט.

נאך ארום זעקס יאר פון זוכן און אויסאקערן די לענג און ברייט פון אמעריקא, אריינקוקנדיג אין מערערע מעגליכקייטן, האבן מיר אידענטיפיצירט דריי ראיאנען אין וועלכע די פינאנציעלע באלאנס איז געווען דאס בעסטע. די דריי זענען: דער געגענט ארום נעשוויל, טענעסי; די שטעט ארום לאס וועגאס אין נעוואדע; און די געגענטער ארום די גרעסערע שטעט אין אריזאנא.

דער געגענט ארום לאס וועגאס האבן מיר תיכף אויסגעשלאסן, ווייל לאס וועגאס איז זייער א נידריגע שטאט, מיט גאר א נידריגען קולטור און איז נישט אן ארט געאייגענט צו בויען א חסיד'ישן ישוב. צו דעם איז עס אויך א לינקער סטעיט, וואס מיינט אז די אלע בענעפיטן פון וועלכע מיר האפן צו געניסן, בעיקר לטובת די מוסדות וואס מען וועט אויפשטעלן, וועלן נישט זיין שייך דארט.

ווידער דער געגענט ארום נעשוויל האט יא אויסגעזעהן גוט, ווייל עס פארמאגט ביידע פון די ערשטע צוויי נקודות, אבער היות עס האט געפעלט די דריטע זאך, עס האט נישט עפעס א באזונדערע זאך וואס זאל ציען מענטשן, האבן מיר דעריבער געלייגט דעם אויג אויף אריזאנע.
 

פארוואס נישט נענטער?

אז דער נייער ישוב זאל זיין נאענט צו ניו יארק, איז נישט געווען איינס פון די זאכן וועלכע מיר האבן געזוכט. פשוט ווייל מיר האבן נישט געזעהן אין דעם קיין שום אידישן ערך. מיר האבן נישט געזעהן מיט וואס דאס גייט העלפן דעם רוחניות פון דעם ישוב, אדער דעם וואוילזיין פון אירע איינוואוינער אפילו בגשמיות. פונקט ווי ניו יארק איז נישט נאנט צו ירושלים, בני ברק אדער לאנדאן.

ווידער די זאכן וואס מיר האבן יא געזוכט, האבן מיר געטראפן, אין גרויסן טייל, אין קאסא גראנדע אריזאנא. פארוואס טאקע? לייענט ווייטער.

און מיר ווילן טאקע די זאכן געהעריג אויסשמועסן.

 

מיר קומען אייך נישט זאגן אז קאסא גראנדע איז דער גן עדן התחתון און אז דא וועט נישט זיין מער קיין שום פראבלעמען און אז דאס איז דאס בעסטע מקום אויף דער וועלט, און איינמאל מען וועט זיך דא באזעצן וועלן אלע פראבלעמען וואס מיר האבן אין ניו יארק געלייזט ווערן. מיר זענען רעאליסטיש און מיר ווייסן אז אין יעדן מקום זענען פארהאן פראבלעמען. ווילאנג מען געפונט זיך אויף דער וועלט, אויף דעם נווה התלאות, וועלן מיר האבן פראבלעמען.

מיר זאגן אויך נישט אז קאסא גראנדע איז די איינציגסטע מקום וואו מען קען מאכן אן ערליכע ישוב. אבער ווען מען באטראכט דאס לעבן אינעם יעצטיגן גרויסן ישוב ארום ניו יארק, אינעם ליכט פון וואס מיר האבן דא געשריבן, ווערט דאך קלאר אז דאס איז בכלל קיין לעבן נישט. מען לעבט און מען לעבט, אבער מען האט קיין לעבן נישט.

עס ווערט אויך קלאר, ווי פריער אויסגעשמועסט, אז עס איז נישט גענוג צו גיין אביסל ארויס ווי הייזער זענען אביסל ביליגער. אמת, עס איז א גרויסער הילף, און יעדע פרט מיט וואס מען קען פארבעסערן דאס לעבן איז וויכטיג און גוט און דארף באגריסט ווערן. אבער אויב מען קען זיך פארבעסערן דאס לעבן מיט צען פונקטן, פארוואס זאל מען עס נאר פאבעסערן מיט דריי?


 

ווייטער איז בעסער

קענען קויפן א דירה פאר ווייניגער געלט, איז זיכער א פארבעסערונג. און אז מען גייט צו איינס פון די נייערע ישובים וואו עס קומט אויך צו דער מעלה אז דער ישוב איז פארט קלענער פון די אנדערע, איז נאך א גרעסערע מעלה, אבער פארט איז עס טייל פון די גרעסערע קאמיוניטי פון ניו יארק.

און פאר דעם אליינס איז וואס ווייטער אלס בעסער. ווייל ווען מען רייסט זיך אפ פון דעם פארטייבונגס קראפט וואס ניו יארק פארמאגט, קען מען אנהייבן צו לעבן פיל בעסער, א לעבן מער אנגעפולט מיט תוכן.

אבער דאס אליינס איז אויך נאכנישט אלעס. דער ציהל איז ארויסצונעמען וואס מער פון דעם ישוב אין וועלכן מען לעבט. יא, אין ניו יארק זענען טאקע דא אסאך מעגליכקייטן פאר ארבעט. אבער ערשטנס, וויפיל פראצענט פון אייער בודזשעט דעקט טאקע די איין דזשאב. און נאכדעם לאמיר זעהן, וויפיל צייט גייט אוועק אויף דעם דזשאב. פאר די טויזענטער אידן וועלכע פארן אריין קיין מאנהעטן יעדן טאג, וויפיל צייט ווערט פארלוירן אין טראפיק. און סתם אזוי פאר יעדן וואס וואוינט אין ניו יארק, וויפיל צייט ווערט פארלוירן אין טראפיק.


 

נעבן אייערע געשוויסטער?

און וואס באקומט איר פאר דעם אלעם? אז איר וואוינט 'לאקאל', איר וואוינט נעבן, נעבן וואס? נעבן דעם טאראראם וואס מאכט חרוב אייער לעבן. אמת, מיר וועלן זיין רעאליסטיש דא אויך און מיר גייען נישט אוועקמאכן דאס אז מען וואוינט אויך נעבן דעם טאטן, מאמען, שווער, שוויגער און געשוויסטער; דאס זענען טאקע מעלות. אבער ווידעראמאל; איז דאס אייער לעבן?

געדענקט אז איינמאל איר האט חתונה געהאט הייבט איר אן בויען אייער אייגענעם לעבן און דאס איז וואו איר דארפט אריינלייגן אייער ענערגיע. און וואס מער צייט עס פארגייט, און וואס גרעסער אייער אייגענע פאמיליע ווערט, אלס מער דרייט זיך אייער לעבן ארום אייער שטוב און ווייניגער ארום אייערע עלטערן און געשוויסטער. ווידער דער טעלעפאן ארבעט פון אריזאנא אויך.

אין צען יאר ארום, אין צוואנציג יאר ארום, ווען א גרויסער טייל פון אייערע קינדער וועלן שוין זיין חתונה געהאט, דעמאלס וועט שוין נישט זיין 'אזוי' וויכטיג צו לעבן נאנט צו אייערע געשוויסטער. דעמאלס וועלן שוין זייערע קינדער אויך האבן חתונה געהאט און יעדער פון זיי וועט זיין פארנומען מיט זייער געזונדל און ווייניגער מיט אייך. דעמאלס וועט איר זיך סייווי באגענוגען מיט רעדן צו זיי אויפן טעלעפאן. אויב אזוי, איז עס דען ווערט די פיזישע 'נאנטקייט' צו פארפאסן א באדייטנפולע לעבן מיט אייער פרוי און קינדער?


 

אדער נעבן אייערע קינדער!

און וואו וועלן אייערע אייגענע קינדער דעמאלס וואוינען. אויב יעצט איז עס שווער פאר אייך, וויפיל שווערער וועט עס זיין אין עטליכע יאר ארום פאר אייערע קינדער, ווען דער ישוב וועט זיין נאך גרעסער, דער געברויך פאר דירות פיל מער, און דער רענט נאך עטליכע מאל טייערער?

וואו אימער איר ציעט זיך יעצט, ווען עס וועט מיט'ן הילף פון באשעפער ווערן א גרעסערער ישוב, מיט אלע געברויכן און באקוועמליכקייטן, ברוחניות ובגשמיות, וועלן א טייל פון אייערע קינדער בעז"ה וואוינען דארט ווען זיי וועלן אויפוואקסן. און דעמאלס וועט איר זיין נעבן אייער משפחה. און אייער משפחה וועט אייך פאר אייביג דאנקבאר זיין פאר דעם וואס איר האט זיי געגעבן א יוגנט פול מיט תוכן. חברים און שכנים מיט וועמען מען האט אנגעקניפט א אמת'ער טיעפער קשר. און פאר דעם וואס איר האט זיי אויפגעצויגן אין א ישוב וואו זיי האבן זיך געקענט ערלויבן צו איינצוהאנדלען דארט א דאך איבער'ן קאפ און נאך אלץ זיין נעבן זייערע עלטערן און געשוויסטער.


 

טויש איז שווער

מיר ווילן אבער נעמען דא דעם געלעגנהייט און ארויסברענגען אז מיר פארשטיין אייך. עס איז אמת אז נעמען דעם שריט איז שווער. יעדער טויש אין לעבן איז שווער, בפרט אזא ערנסטע טויש. און טאקע דערפאר וועלן רוב ערנסטע טוישן קומען נישט פרייוויליג. עס טוט וויי זיך אויפצוהייבן פון אזא ארט וואס מען איז צוגעוואוינט און די גאנצע פאמיליע געפונט זיך דא, און מען האט דא אלע באקוועמליכקייטן צו וועלכע מען האט זיך איינגעוואוינט.

אפילו דאס לעבן דא איז פול מיט פראבלעמען, פארט זאגן שוין חז"ל, חן מקום על יושביו. אפילו ווען דאס מקום איז נישט אזא גוטער.


 

אבער אויך גוט!

אבער איינמאל מען נעמט דעם שריט וועלן רוב מענטשן, אבער ממש רוב, קיינמאל נישט חרטה האבן. זיי וועלן קיינמאל נישט וועלן צוריק גיין.

*

ווייט איז רעלאטיוו

און צום לעצט, לאמיר אין באטראכט נעמען נאך עפעס. וויפיל מענטשן קענט איר וואס האבן זיך געצויגן קיין ארץ ישראל? כמעט יעדער קען איינעם וואס האט זיך אהין געצויגן. מענטשן ציען זיך צו אנדערע מדינות יעדן טאג. נאר ווי לאנג מען גייט צו א מקום וואס איז 'שוין יעצט' עטאבלירט און פארמאגט אלעס וואס א אידישער ישוב דארף האבן, אריינגערעכנט אלע סארט געשעפטן, קוקט מען עס אן 'נארמאל'.

איי ער איז דאך נישט נאנט? אמת, ער איז נישט נאנט צו ברוקלין, אבער ער איז דאך אין ירושלים, צו אין בני ברק, צו אין לאנדאן, וכדו'. און מיט דעם איז גארנישט אנדערש איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אן אנדערן מקום און ער קומט וואוינען קיין ניו יארק, פאר סיי וועלכע סיבה.

דאס מיינט אז 'נאנט', איז רעלאטיוו. ס'ווענדט זיך, נאנט צו וואס.

 

*

נו, פארוואס טאקע קאסא גראנדע?
 

איז אויף אנצוהייבן, האבן מיר דאך שוין געברענגט די דריי זאכן וואס מיר האבן געזוכט. וואס די אלע דריי האבן מיר דא געטראפן, אין צוגאב צו פילע אנדערע.

דער שטאט איז גרויס, גענוג אויף צו קענען אקאמאדירן א ריזיגן ציבור. סיי אין די עקזיסטירנדע הייזער און אזוי אויך האבן מיר דא געטראפן א גרויסן שטח אויף וועלכן מיר גייען בעז"ה בקרוב בויען איבער דריי הונדערט נייע הייזער.

די לאקאלע רעגירונג איז פריינטליך און צוגעלאזן און העלפן אונז ארויס אויף טריט און שריט. צו דעם איז דער לאקאלער עקאנאמיע גאר שטארק און די שטאטישע רעגירונג (נישט נאר פון קאסא גראנדע, נאר אינעם גאנצן געגענט) איז ספעציעל פריינטליך און העלפן ארויס יעדן וואס זוכט צו מאכן ביזנעס און געשעפטן דא.

עס איז א רעכטע שטאט מיט גאר גוטע פאליסיס וואס וועלן בעז"ה זיין שטארק בייהילפיג אין די קומענדיגע יארן. און צו דעם איז דער קלימאט גאר א גוטער, סיי פאר סתם אידן וואס ווילן קומען זיך אפרוען, און סיי פאר געוויסע געזונט פראבלעמען, וואס דאס ברענגט אהער נאך מענטשן און העלפט בויען דעם ישוב. און דאס איז נאר דער אנהייב.
 

צרכי ציבור

יעצט לאמיר געבן א קוק וואס קאסא גראנדע האט צו אפערן. דער מציאות איז אז כהיום, אפילו דער ישוב עקזיסטירט נאר פאר אזא קורצע צייט, איז קאסא גראנדע א אידישער ישוב. מיט בתי מדרשים, מיט מוסדות, מיט א רב וואס איז א פוסק און א מומחה אין כשרות, וואס באשיינט שוין דעם יהדות החרדית פאר העכער דרייסיג יאר, מיט א געהעריגע כשר'ע גראסערי וואס פארמאגט אויך א ספרים און זשודעיקא ווינקל.

 

דירה נאה און אויך מרחבת דעתו

קאסא גראנדע פארמאגט הייזער וואס רוב מענטשן קענען זיך ערלויבן צו קויפן, און רוב פון זיי זענען יונגער פון צוואנציג יאר. עס האט פילע מעגליכקייט צו האבן א פרנסה פון וואס איר קענט לעבן ווי א מענטש, און נאך אלץ זיין א טאטע פאר אייערע קינדער, א מאן פאר אייער פרוי (און א פרוי פאר אייער מאן) און זיין א איד ווי א איד דארף צו לעבן; מיט צייט צו דאווענען און לערנען און דינען דעם אויבערשטן. עס איז א שטילע, רואיגע שטאט ווי אידישע משפחות ציען אויף זייערע קינדער מיט א חיות און געשמאק, אן די קולות און גערידער וואס אנדערע גרויסע שטעט שטעלן אייך צו. עס איז נישט קיין דארף ווי מען זעהט נישט קיין מענטש אדער א קאר, אבער פארט איז עס נישט קיין ריזיגער, רוישיגער שטאט.

עס איז נאר א פראגע פון צייט, און נישט קיין סאך צייט, ביז קאסא גראנדע וועט בעז"ה האבן אלע וויכטיגע געברויכן וואס א אידיש קינד דארף האבן אין טאג טעגליכן לעבן. די איינציגסטע זאך וואס וועט קיינמאל נישט זיין דא, איז א פיזישער נאנטקייט צו ניו יארק. אבער ביז א קורצע צייט וועט איר עס נישט דארפן מער.

 

א גליקליך לעבן

און דער מציאות ווייזט עס. די פאמיליעס וועלכע וואוינען דא לעבן און בליען. זיי זענען פרייליך און צופרידן איבער דעם טויש וואס זיי האבן געמאכט. א שיינע טייל פון די פאמיליעס, אפילו פון די כולל יונגעלייט און בני תורה, האבן זיך שוין ב"ה איינגעהאנדלט אן אייגענעם הויז און זיי לעבן א רואיגע לעבן, גליקליך און צופרידן אז זיי קענען זיין מענטשן און אידן.
 

עזרת נשים

און יעצט א ווארט איבער די עזרת נשים.

גאר אפט וועלן מענטשן זאגן אז די סיבה פארוואס זיי קענען זיך נישט אוועקציען צו א נייעם מקום איז צוליב די עזרת נשים. זיי, די פרויען, זיי ווילן נישט, זיי דארפן האבן די שוועסטער, זיי דארפן האבן זייערע חבר'טעס, זייער גראסערי, וכדו'.

עס איז אמת אז פאר היימישע אידענעס, וועמענס לעבן איז מער קאנצענטרירט ארום דעם שטוב און די שכנים, איז עס שווערער ווי פאר מענער, וועלכע גייען יעדן טאג אין בית המדרש דריי מאל און גייען ארויס צו דער ארבעט. מיר פארשטייען עס. און עס קומט טאקע גאר אסאך קרעדיט פאר די נשים צדקניות, די פרויען פון די נחשונים וועלכע זענען געקומען זיך באזעצן דא אין קאסא גראנדע אזוי פרי, ווען דער ישוב איז נאך אזוי ניי.
 

זכות הרבים תלוי בם

עס איז קלאר אז דער זכות פון אלע וואס וועלן דא נאכקומען און אלע תורה וואס וועט דא געלערנט ווערן און אלע מצות און מעשים טובים וואס וועט דא געטון ווערן, און אלע אידישע שטובער וואס וועלן דא אויפגעצויגן ווערן בדרך התורה והחסידות אין א רואיגע אטמאספערע, די אלע זכותים וועלן ווערן צוגעשריבן צו זייער קרעדיט און זיי וועלן זיכער מקבל זיין זייער שכר פון דעם גרויסן באשעפער.

 

בגשמיות אויך

אבער ביז אהין איז זיי אויך ב"ה זייער גוט. דער מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פרויען וואס זענען יא אהער געקומען זענען פאקטיש מורא'דיג צופרידן. טייל וועלן אייך אפן דערציילן אז איידער זיי זענען אהער געקומען האבן זיי טאקע געהאט די זעלבע מורא און פחד וואס איר האט יעצט. אבער למעשה, נאך וואס זיי האבן זיך דא באזעצט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פחד ומורא איז געווען אומזיסט.

טאקע ווייל דער ישוב איז אזוי קליין און אזוי ניי, האבן די פרויען דא געמאכט נייע חבר'טעס און נישט אזוי אויבערפלעכליך, נאר דוקא האבן זיי אנגעקניפט, טיעפע, נאענטע קשרים מיט די נייע חבר'טעס, און אפילו מען וואוינט נישט דוקא אלעמאל טיר ביי טיר, דאך איז מען נאענט און מען טרעפט זיך אפט.

איין מאל א וואך בקביעות קומען זיך צאם אלע פרויען צו פארברענגען אין א גאר געשמאקע אטמאספערע, און דאס טוט פארשטארקן די קשרים צווישן זיי אויף זייער א באדייטנפולע פארנעם. די אלע פרויען זענען מעיד אז עס איז געווען פאר זיי א עכט פאזיטיווער טויש אין זייער לעבן און זיי וואלטן עס בשום אופן נישט צוריק געטוישט.

 

 

אחרית דבר

יעצט קענט איר אבער פרעגן: אלעס וואס איר זאגט איז אמת, אבער מען מוז דאך נישט גיין 'אזוי' ווייט. מען קען האבן די אלע זאכן, אדער עכ"פ רוב פון זיי, און פארט זיין אביסל נאענטער.

דער תירוץ איז, אז איר זענט גערעכט. מען מוז טאקע נישט. אבער פארט קען נישט א מענטש וואוינען אויף זעקס ערטער. מען מוז טרעפן איין מקום. דער מענטש איז דאך נאר איינער און ער קען נאר וואוינען אויף איין ארט, אין איין שטאט. מיר האבן געזוכט א שטאט וואס שטעלט צו די אלע זאכן וואס מיר האבן געוואלט האבן אין לעבן, און היות אז די נאנטקייט צו ניו יארק איז אונז נישט געווען ביי אונז קיין מעלה, האבן מיר עס נישט גענוצט אלס א קנה מידה ביים זוכן א פאסיגע מקום.

ווייל ווי מיר האבן יעצט ערקלערט, איז דער דאזיגער סארט נאענטקייט א זאך וואס מאכט נאר אויס פאר א קורצע וויילע. ביז א געציילטע פאר יאר איז עס שוין אינגאנצן נישט קיין נפקא מינה. און דעריבער, ווען די געלעגנהייט איז אונטער געקומען אין קאסא גראנדע, וואס האט אויסגעזעהן ווי א פאסיגע מקום פאר דאס וואס מיר האבן געזוכט, מיט גאר אסאך מעלות, טייל פון זיי גאר אייגענארטיג צו דעם ראיאן, האבן מיר זיך געלאזט פירן פונעם אויבערשטן און אנגענומען דעם אנבאט.

אויב נאך דעם אלעם שפירט איר נאך אלץ אז איר וואלט געוואלט זיין נענטער צו ניו יארק, איז אדרבא, נעמט אייך צוזאמען מיט נאך עטליכע אידן און גרינדעט א נייעם ישוב נענטער אהין. קאסא גראנדע איז סייווי נישט גענוג גרויס צו קענען אקאמאדירן דעם וואוקס פון גאנץ כלל ישראל. ביי דעם יעצטיגן מאמענט דארף מען יעדע צוויי יאר, א פרישע צען טויזענט דירות, און דער מספר האלט אין איין שטייגן און כלל ישראל דארף דעריבער האבן נאך ישובים. איינס איז ווייט נישט גענוג און מיר האפן אז עס וועלן צוקומען נאך פילע אנדערע.

אבער דאס קענען מיר יא זאגן, אז די וואס זענען שוין אהער געקומען שפירן זיך זייער גליקליך און צופרידן.

*

*

א קורצער ס"ה

די שוועריגקייטן פון וואוינען אין ניו יארק זענען פשוט פאר יעדן איינעם. דער געוואלדיגער וואוקס פונעם ציבור קע"ה, אינאיינעם מיט דעם וואס ניו יארק איז סתם אזוי פון די טייערסטע געגענטער אין אמעריקא, האט געברענגט א שלל פון פראבלעמען וועלכע מאכן דאס לעבן גאר שווער.

גאר הויכע דירות פרייזן, וואס מיינט אז רוב מענטשן קענען זיך דאס נישט ערלויבן. דערפאר טוען זיך גאר אסאך פאר'חובות'ן צו קענען קויפן א דירה, און ערשט איז עס, ע"פ רוב, נישט עפעס וואס מען קען באמת אנרופן א דירה נאה המרחבת דעתו של אדם. און די וואס צאלן רענט איז דאך אפגערעדט. די פרייזן שטייגן כסדר, די דירות ווערן אלס קלענער און דער שוועריגקייט ווערט וואס אמאל מער.

עס ברענגט אויך א טירוף הדעת ווען דאס לעבן ווערט איין גרויסער מעכאנישער קייט. דאס אידישקייט ווערט מעכאניש, מצוות אנשים מלומדה; דאס משפחה לעבן און די חברותא'שאפטן זענען מעכאניש און אויבערפלעכליך; דאס גאנצע לעבן איז פול מיט גערודער און פארטייבונגס מעטאדן וועלכע נעמען צו דאס מעגליכקייט צו טראכטן גראד און מאכן שווער דאס פירן א ערליכע, געהויבענע, רוחניות'דיגע לעבן.

נאך א רעזולטאט איז, וואס פילע מענטשן, בפרט ביים יונגן דור, שפירן זיך אומנויטיג. קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי און דערפאר פאלן זיי אינגאנצן ארויס פונעם 'סיסטעם' און פאלן רח"ל אוועק פונעם רבונו של עולם און פון די משפחה און אידישקייט. בפרט די וואס טרעפן זיך נישט דאס פלאץ (אדער וואס אנדערע האבן נישט געטראפן פאר זיי קיין פלאץ) אין די מוסדות התורה.

דאס זעהט זיך ספעציעל אן אין דעם הינזיכט וואס פילע בעלי כשרון שפירן זיך דערשטיקט, און זיי קענען נישט, און האבן נישט קיין מקום, ארויסצוברענגען און רעאלזירן זייערע כשרונות, וואס לאזט זיי איבער צוקלאפט און אן קיין סיפוק אין לעבן.

צוליב די אלע זאכן איז דאך פשוט אז פון ניו יארק דארף מען גיין. די שאלה איז נאר וואו צו גיין.

-

מיר האבן געטראפן דעם שטעטל קאסא גראנדע אלס א פאסיגער מקום פאר א נייעם ישוב. איי וועט איר פרעגן, מיט וואס, און פארוואס נישט נענטער?

מיר האבן געטראפן דא א שטאט מיט אסאך ארט פאר פילע משפחות זיך צו באזעצן, א באהערדע וועלכע איז צוגעלאזן און פריידט זיך צו אונזער אנקום און העלפט אונז צו; א ראיאן מיט א גוטע עקאנאמיע און א שטארקע באזע פאר גוטע פרנסות; און א סטעיט וועלכע איז פיל בעסער פאר אונזערע השקפות און פאר א תורה'דיגע לעבן, און צו דעם פארמאגט עס נאך פילע בענעפיטן, ווי ברייטער אויסגעשמועסט אינעם לענגערן ארטיקל.

און פארוואס נישט נענטער?

ווייל מיר האבן געזוכט זאכן וואס זענען באמת א מעלה פאר א ישוב, פאר'ן עצם מציאות און עקזיסטענץ דערפון, ברוחניות און בגשמיות, און זאכן וואס זענען פערמאנענטע מעלות, נישט צייטווייליגע, ווי די וואס מיר האבן אויסגערעכט, און מיר האבן נישט איינגעזעהן קיין שום מעלה און חשיבות אין דאס זיין נאענט צו ניו יארק. עס איז א צייטווייליגע מעלה, נאר צוליב דעם וואס ניו יארק פארמאגט מערערע געברויכן וואס מען דארף האבן. עפעס וואס וועט גאנץ שנעל נאכקומען דאהי.

ווידער אלס די מעלה פון לעבן נאענט צו משפחה, איז דאס אויך נאר א צייטווייליגע זאך, ווייל איינמאל אייער אייגענע פאמיליע וועט אונטערוואקסן, וועלן זיי בעז"ה האבן די מעגליכקייט צו וואוינען נעבן זייער משפחה, נעבן אייך און אייערע אנדערע קינדער, עפעס וואס זיי וועלן נישט קענען טון אין ניו יארק.

אבער די מעלות וואס זענען יא דא, ווי שיינע עפארדעבל הייזער; די מעגליכקייטן פאר גוטע פרנסות; גוטע, ערליכע און אויסגעהאלטענע מוסדות; און א רואיגע, געלאסענע לעבן; דאס זענען זאכן וואס זענען יא פארהאן דא אין קאסא גראנדע און די זענען זאכן וואס מאכן פיל מער נפקא מינא אין לעבן און זיי בלייבן אויף אייביג.

שוין אפגערעדט פון די נאטורליכע מעלות פון דעם מקום, דער שיינער לאנדשאפט, די אויגנפארכאפנדע נאטור פון דעם ראיאן, דער שיינער וועטער און נאך פילע אנדערע, וואס מיט דעם טוט קאסא גראנדע איבערשטייגן ניו יארק און אנדערע מקומות.

*

אינעם לענגערן ארטיקל ווערן אויסגעשמועסט פיל מער עניינים און אויף א פיל ברייטערן פארנעם. עס איז כדאי איר זאלט זיך נעמען די צייט עס אפצולייענען מיט ישוב הדעת.