קבוצת אנ"ש וואקסט:
העכער-ווי-ערווארטעטע אינטערעסע ביי רייכע "אסיפת אריזאנע" אין וומסב"ג
אומגלויבליכע מעלות פון "אריזאנע" וואס איז נישט בנמצא אין אמעריקא ברענגט התפעלות און קלארקייט
עדות נאמנה פון רבנים שליט"א חברי ועד הרוחני מטעם קהלת סאטמאר האט פאזיטיווע אפקלאנג
ריזן ציבור זיצט און הערט 2 שעה צייט גאר רייכע פאנעל מיט אינפארמאציע וואס סופרייזט אלעמען, און גרייכט די ריכטיגע אויערן פון מערערע אינגעלייט וועלכע זענען גאר געאייגנט צו אריינשפרינגען צו אזא רואיגע רייכע לעבן פאר ביליג!

וויליאמסבורג – א ציבור גדול פון הונדערטער אידן, חסידי סאטמאר, האבן זיך צונויפגעזאמלט דאנערשטאג נאכט פר' משפטים, אויף אן ערשטמאליגע אינפארמאטיווע אווענט ספעציעל פאררופן און געאייגנט פאר חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג, וועלכע זענען אינפארמירט געווארן מיט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע און תכלית'דיגע ידיעות ארום דעם אויפבליענדן חסיד'ישן ישוב אין אריזאנע.
די וויכטיגע פארזאמלונג איז פאררופן געווארן דורכ'ן וועד "קבוצת אנ"ש" פון די סאטמארע קהלה אין שטאט, וועלכע זענען אינסטרומענטאל מיט'ן פארמירן א היימישע סאטמארע קהלה און מוסדות אינעם הערליכן ישוב אין אריזאנע, בברכתו ועידודו פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א.
די עסקנים זענען געווען איבערראשט צום אומגלויבליכן אפרוף ווען דער "גינת אסתר" זאל איז בליץ-שנעל געווארן אנגעפילט מיט א פלייץ משתתפים, צייגנדיג די קריטישע אינטערעס וואס הערשט ביי וויליאמסבורגער איינוואוינער צו טרעפן דעם 'דירה נאה המרחבת דעתו של אדם' אין די גלענצענדע און אומפארגלייכבארע אפציע וואס רופט זיך "קאסא גראנדע" אריזאנע, וואס איז כליל המעלות.
פאר קרוב צו פיר שעה איז דער ציבור געזיצן צוגענאגעלט צו די ערטער, הערנדיג די רייכע און קלארע דרשות און פאנעלן וואס האט געשאנקען א קלארן אריינבליק אינעם מציאות פונעם ישוב, און די העפטיגע אנטוויקלונגען וואס פארמירט זיך דורך א פאראייניגונג פון סאטמארער חסידים תושבי וויליאמסבורג, זיך אריבערצוציען קיין אריזאנע, אונטער'ן באגלייטונג פונעם נייעם "וועד הרבנים" שע"י חשובי רבני סאטמאר.
דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכ'ן באגאבטן רעדנער הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו, וועלכער האט מיט זיין זאפטיגע שפראך ארויסגעברענגט די מטרה פונעם היינט נאכטיגן כינוס, און ווי אזוי מ'האפט ארויסצוגיין פון דא מיט'ן ריכטיגן תכלית, צו העלפן דעם ציבור זיך ציען צום נייעם ישוב אין אריזאנע, נאכדעם וואס עס איז שוין מוסכם בפי כל אז וויליאמסבורג איז מער נישט קיין אפציע צו וואוינען.
מ'האט דאן געהערט א גאר תוכנ'דיגע און קלארהאפטיגע דרשה דורכ'ן פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי יעקב ווייס שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה מאנסי, וועלכער האט געברענגט אן עדות נאמנה, א לעבעדיגער גריס פון אריזאנע, נאכ'ן וויילן דארט פאר א וואך אויף אפרו, און צוגעזען פונדערנאנט דעם בלי און וואוקס פון די ארטיגע קהלה נאה וחסודה, און די מוסדות הק' לבנים ולבנות, בדרך ישראל סבא, לשם ולתפארת.
הרה"ג ר' יעקב שליט"א, וועלכער דינט זעלבסט אלס חבר ועד הרוחני פונעם קבוצת חסידי סאטמאר אריזאנע, האט בנועם אמריו אראפגעשילדערט זיין איבערראשונג וואס ער האט געהאט ביים צוזען דעם פרעכטיגן ישוב בעיר ה' שמה, וואס איז אזוי הערליך און מסודר'דיג אויפגעבויט מיט אלע צרכי רוחני וגשמי, און די שמחת החיים ומנוחת הנפש וואס מ'טרעפט דארט, זעט מען נישט סיי וואו ערגעץ אנדערש.
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג דעם שווערן מציאות אין די ישיבת כרכים קשה וואס וויליאמסבורג שטעלט פאר מיט זיך, וואס איז נישט געאייגנט פאר אן ערליכער חסיד'ישער איד צו וואוינען דא, נישט בגשמיות און נישט ברוחניות, און יעצט אז ס'האט זיך געשאפן א ברייטע מאמענטום ביים היימישן ציבור חסידי סאטמאר זיך צו ציען קיין אריזאנע, איז דאס א גאלדענע אומפארפאסבארע געלעגנהייט.
א גאר שטארקע דרשה האט מען דאן געהערט פון הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג ומח"ס נר המאיר, וועלכער האט ערווענט דעם שווערן מציאות פון וויליאמסבורג, די דירות פרייזן זענען הימל שרייענד, די שמירת עינים איז ביטער שווער, און עס איז ליגט א פליכט אויף יעדן ערליכן איד צו מאכן א חשבון הנפש און נעמען אין באטראכט די אפציע פון זיך אוועקציען פון שטאט.
דער רב שליט"א האט באטאנט אז ער אליינס, כאטש ס'איז אים א געוואלדיגע זאך אז די פארהייראטע קינדער וואוינען אין זעלבע שטאט, די קינדער און אייניקלעך קומען אריבער און מ'שעפט נחת, פרייט ער זיך אבער יעדעס מאל וואס א קינד ציט זיך אוועק!
ספעציפיש האט דער רב שליט"א ערווענט איבער די גרויסע לעזונג וואס איז יעצט דא צום וויליאמסבורג קריזיס, מיט'ן אויפבלי פון "קאסא גראנדע אריזאנע", וואס איז א מורא'דיגע דערגרייכונג אז מ'האט געקענט שאפן אזא זאך, צו שאפן א היימישע חסיד'ישע קווארטל, אלעס צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם, און נאכדערצו אזוי ביליג און עפארדעבל, צו וואוינען במנוחת הדעת און מחנך זיין די קינדער על מי מנוחות.
אינעם הויכפונקט איז אפגעהאלטן געווארן אויף אן ערשטמאליגן פארנעם א "תושבים פאנעל", וואו עס איז קלארציכטיג אראפגעלייגט געווארן די קראנטע פאקטן און ציפערן פונעם ישוב, א לעבעדיגע אריינשפאציר אין אלע חלקים וואס איז נוגע דאס אידישע לעבן אינעם וואקסנדן ישוב.
אינעם פאנעל האבן אנטיילגענומען העסקן הדגול הרה"ח ר' שמעון ראלניצקי הי"ו תושב סאטמאר אין אריזאנע, און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי"ו תושב סאטמאר אין אריזאנע, הרב יושע רובין שליט"א דער מייסד הישוב, הרב אהרן יוסף פריעדמאן שליט"א מעסקני ק"ק סאטמאר ניו יארק וחבר וועד קבוצת סאטמאר אריזאנע.
עס איז געווארן ברייט דעטאלירט אלע פרטים ופרטי פרטים פונעם נייעם ישוב, די צוויי דערמאנטע תושבים האבן געגעבן לעבעדיגע פרטים ווי אזוי דער ישוב וואקסט און בליעט, און די אויסטערלישע צופרידנהייט אויף טריט און שריט אין יעדן אספעקט, ברוחניות ובגשמיות, און באזונדער אויסגעשמועסט די פינאנציעלע און טעכנישע דעטאלן פון די שטוינענד ביליגע דירות-פרייזן און די גאר צוגעפאסטע פרנסה מעגליכקייטן און אלע צרכי העיר וואס איז צוגעשטעלט אויף א גאלדענעם טאץ.
דער פיאנער און מייסד הרב יושע רובין שליט"א האט פארעפנטליכט די פארצווייגטע היסטאריע פונעם 'והיה ראשיתך מצער' און די סיעתא דשמיא וואס באגלייט די גאנצע צייט פון די ריזן אונטערנעמונג, ווען מ'האלט שוין היינט ביי אזא אומגלויבליכע סוקסעס און פארשריט וואס לאזט זיך נישט גלויבן, ווען דערביי וויקלט ער אויף די ברייטע וויזיע אויפ'ן עתיד און די גיגאנטישע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה וואס אנבאלאנגט די רוחניות'דיגע אינפרוסטרוקטור צוגעשטעלט עקסקלוסיוו פאר חסידי סאטמאר החשובים.
פונעם עסקן הדגול הרב אהרן יוסף פריעדמאן שליט"א איז געהערט געווארן די גענויע פלענער ארום דעם וועד הרבנים און וועד הרוחני וואס איז שוין געווארן עטאבילירט, און עס וועט נאך מער אויסגעברייטערט ווערן אין די נאנטע צוקונפט, און ווי אזוי דער גאנצער פראיעקט ווערט כסדר באגלייט בעידודו והתייעצותו פונעם רבי'ן שליט"א בכל דבר קטן וגדול, אז דער ישוב נאה וחסודה זאל זיך פירן אויפ'ן ערליכן און געהויבענעם שטייגער ווי עס פאסט פאר'ן ערליכן ציבור מסלתה ומשמנה חסידי סאטמאר ,צווישן אנדערן האט ר' אהרן יוסף אויסגעשמועסט אז דער וועד וועט איבערגיין די אפליקאציעס זיכער צי מאכן אז נאר די ערליכע אינגעלייט וועלכע ווילן ממשיך זיין אונזער דרך המסורה מיט די תקנת הקהילה גענוי ווי אין ניו יארק וועלן קענען מאושר ווערן דורכן וועד.
באזונדער האט הר"ר אהרן יוסף אויסגעשמועסט איבער'ן וועד החינוך וואס אפערירט מיט גרויס סוקסעס צו פארזיכערן די שענסטע חינוך ניווא סיי אויף דעם יעצטיגן מוסד און אויך אויפן עתיד ווען מוועט אי"ה עפענען א אייגן סאטמאר ביהמ"ד דקהל יטב לב וואס ווערט שוין העפטיג אויספלאנירט לויט די געברויך וואס וועט זיין אי"ה, און ווי אזוי מ'גייט דורך מיט אן עינא פקיחא אז די מוסדות הק' זאל ארייננעמען בלויז אזעלכע קינדער פון ערליכע אפגעהיטענע שטובער, און אזוי בעז"ה וועט מען מחנך זיין די קינדער לתורה ויראת שמים כדרך המסורה לנו מרבוה"ק זי"ע לשם ולתפארת.
אין א שפעטע שעה איז די אסיפה געשלאסן געווארן, ווען דער ציבור קען זיך נישט אוועקרייסן פון ארט, זוכנדיג צו באקומען ווי מער אינפארמאציע פון די ארטיגע תושבים און עסקנים, וועלכע האבן געענטפערט אויף אלע שאלות און זיכער געמאכט אז יעדער איז קלאר מיט'ן מציאות הדברים.
עס איז געווען אן עונג רוח מיטצוהאלטן די פאזיטיווע ערנסטקייט וואס הערשט ביים ציבור צו פארווירקליכן זייערע פלענער פון זיך ציען קיין אריזאנע אלס רעאליטעט, אפגעבנדיג א דאנק פאר די רבנים און עסקנים וועלכע מיען זיך בכל כוחם ואונם דאס צו קענען צושטאנד ברענגען, בעזר השי"ת.
צו באקומען א אפליקאציע אימעיל satmararizona@gmail.com אדער רופט 520-535-1045
מחיל אל חיל:
"פרויען לייוו קאנפערענץ" דעם דינסטאג תצוה, ז' אדר!
נאך בקשות פון מערערע ביים אסיפה צו אדרעסירן און ברענגען די אינפארמאציע אויך צום עזרת נשים, טוט קבוצת אנ"ש אהערשטעלן:
דינסטאג 12:00 מיטאג, א רייכע פאנעל פון ארטיגע נשים צדקניות, און א גאר אינטערסאנטע רעדע, לייוו אויף: 605.313.6528