שְׂמֵחִים לְשָׁמְרוֹ וּלְעָרֵב עֵרוּבו

נאך לאנגע יארן פון גאר שווערע הארעוואניע און גאר אסאך געלט. האלט מען שוין דא אז די עירוב אין קאסא גראנדע איז שוין אויפגעשטעלט לשם ולתפארת מיט אלע הידורים וואס מען פראבירט נאכצוקומען אין די חסידישע מקומות ווי מאנסי אדער קרית יואל אא"וו

די עירוב איז געווען די איניטיעטיוו פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין וועלעכע האט געספאנסערט די ארום $50,000 פאר די עירוב

און מיט די שווערע ארבייט שלא על מנת לקבל פרס פונעם חשוב'ן עסקן לכל דבר שבקדושה הר"ר יצחק גרין הי"ו, וועלעכע האט אריינגעלייגט לילות כימים פאר כמעט דריי יאר אז די עירוב זאל צושטאנד קומען און יעצט איז ער ברוך ה'מברך על המוגמר

אינאיינעם מיט הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, וועלעכע האט אים באגלייט די גאנצע צייט מיט די הלכהד'יגע דעטאלן און גאר אסאך כוחות אריינגעלייגט אז די עירוב זאל זיין בתכלית ההידור

און צום לעצט איז צוגעקומען די הילף פון הר"ר משה סורקיס הי"ו, וועלעכע האט געשאפט דעם קאנטראקטער פון די עירוב און געווען עומד על גביו אינאיינעם מיט רבי יצחק גרין, איבערגעבנדיג זיך די לעצטע פאר וואכן די גאנצע צייט צו ענדיגן דעם עירוב וואס גיכער

נאך וואס די עירוב איז בס"ד פארטיג געווארן האט די רב הקהילה הרב חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, זיך פארבינדן מיט עטליכע רבנים וואס האבן עקספעריענס אין די תחום פון עירובין, צאמצושטעלן א ועד הרבנים צו שטיין אינאיינעם על המשמר אז די עירוב זאל זיין בתכלית הכשרות. און פארגאנגענע וואך זענען טאקע חשוב'ע רבנים געקומען צו פארן און געגעבן זייער השגחה אויפן עירוב

  • ב אדר תשפ"ו
  • (0)
מזמור לתודה

יישר כח רבי יצחק גרין פאר דיין געטרייע און שווערע ארבייט די לעצטע כמעט דריי יאר צו אויפשטעלן א כשר'ע עירוב אז תושבי און אורחי קאסא גראנדע זאלן קענען טראגן שבת און יום טוב