פילע מענטשן האבן אונז געפרעגט פארוואס מען האט אוועק געשטעלט דא אין שטאט די וועד העיר? צו וואס פעלט עס אויס?

פארוואס פרובירט מען צו קאנטראלירן די מענטשהייט? עס איז דאך קאמוניזם! לאז יעדן טון וואס ער וויל, מיר לעבן אין א 'פרי קאנטרי', א פרייע לאנד, און איר האט נישט קיין רעכט מיר איינצוטיילן וואו, ווען און וויאזוי צו קויפן א הויז. איך מעג קויפן וואו אין אמעריקא איך וויל און וויאזוי איך וויל. איך בין אויך בארעכטיגט צו צאלן סיי וועלכע פרייז ס'קוקט מיר אויס ריכטיג. איר קענט מיר נישט איינטיילן וואס צו טון. קאסא גראנדע געהערט נישט פאר אייך און אויב איך וויל דארט קויפן האט איר נישט קיין רעכט מיך אפצוהאלטן.

-

ענטפער:

מיר ווילן אנהייבן מיט'ן טיילווייז מסכים זיין מיט אייך. מיר וואוינען טאקע אין אמעריקא, און מיר קענען אייך באמת נישט איינטיילן וואס צו טון. לויט די געזעץ פונעם לאנד, וועלכע מיר זענען אויך פארפליכטעט אויסצופאלגן, קענען מיר קיינעם נישט אפהאלטן פון קויפן א הויז וואו ער וויל און פאר וויפיל ער וויל. מיר קענען אייך מיט דעם נישט קאנטראלירן.

אבער היות עטליכע מענטשן האבן זיך אויסגעדרוקט צו אונז מיט דעם ווארט "קאמוניזם", וואלטן מיר זיך געוואלט אביסל אפשטעלן איבער דעם און זיך אריינטון אביסל מער בעיון איבער וואס דא קומט פאר.

וואס איז קאמוניזם?

וואס איז טאקע דער אפטייטש פון קאמוניזם? וואס טוט קאמוניזם?

וואס טוען מיר? וואס ווילן מיר? און וואס טוען דא דער וועד? און צום לעצט, וועמען שטערט דער וועד?

לאמיר צוערשט פארשטיין וואס איז קאמוניזם? וואס האט קאמוניזם געטון און וויאזוי ארבעט עס?

ובכן, קאמוניזם זאגט, איר האט נישט מער רעכט פון מיר. איר האט טאקע שווער געארבעט, איר האט זיך אפגעפלאגט יארן צו קויפן א שטיקל באדן, צו אקערן און זייען, צו שניידן און דרעשן. איר האט אריינגעלייגט דא אייער בלוט און שווייס, אבער דאס מיינט נישט אז איר האט מער רעכט אויף דעם ווי איך. עס איז פשוט נישט יושר אז איר זענט רייך און איך נישט. איך האב א רעכט צו קומען און צונעמען אייער פעלד. איך בין בארעכטיגט צו נעמען אייער בלוט און שווייס, אייער שווערע ארבעט פון פילע יארן, און עס אויסנוצן פאר מיר.

איי, איך האב דאך שאדן פון דעם? איך פארליר דאך פון דעם? נו, ווער האט אייך דען געפרעגט. יעצט קען איך עס צונעמען, וועל איך עס צונעמען. פארוואס? מיט וועלכע רעכט? וואס הייסט פארוואס? ווייל איך קען! ווייל איר זענט נישט גענוג שטארק מיך אפצוהאלטן.

איז אויב אזוי, אז איך האב נישט מער רעכטן פון אייך, איז אפשר האט איר נישט מער רעכטן פון מיר? אפשר דעמאלס זאלט איר ארבעטן שווער לאנגע יארן און נאכדעם וועל איך עס צונעמען?

גוטע קשיות, אבער דאס איז געווען דער מציאות אינעם סאוויעטישן גן עדן. די רעגירונג איז געקומען און צוגעראבעוועט פעלדער און פארמס, געשעפטן און פאבריקן, און שווער אפגעהארעוועטע האב און גוטס פון מענטשן, אויף וואס זיי און זייערע עלטערן האבן געארבעט פאר לאנגע יארן. יעצט האט די רעגירונג געזאגט, אלע רייכטום וואס איר האט, האט איר ערווארבן אויפן רוקן פון די ארימע מאסן. יעצט געהערט אלעס פאר די מאסן (לייען: די נייע רעגירונגס פירער), און איר האט גארנישט מער קיין רעכטן אויף דעם ווי זיי.

די תוצאות פון דעם זענען ברייט באקאנט. די וואס האבן געוואוסט וויאזוי צו באארבעטן די פעלדער, ווייל זיי האבן עס געטון במשך אלע יארן, און האבן געהאט דעם עקספערטיז, האבן אבער באשלאסן אז עס איז א שאד צו ארבעטן. אז דאס גאנצע שווערע ארבעט גייט לטמיון, איז א שאד די מיה און פלאג.

די וואס האבן ביז דעמאלס אויך ווייניג געארבעט, האבן זיך געמאכט דעם חשבון, פארוואס ארבעטן בכלל, אויב איך באקום סייווי צו עסן פון די רעגירונג. און אין גאר א קורצע צייט איז דאס לאנד געשלאגן געווארן מיט א ביטערע הונגער און מיליאנען מענטשן זענען פשוט אומגעקומען פון הונגער און נויט. אט דאס איז קאמוניזם, בקיצור נמרץ.

 

ווער קאנטראלירט קאסא גראנדע?

אצינד לאמיר זעהן וואס שפילט זיך אויס יעצט אין קאסא גראנדע.

דער ישוב דא אין שטאט איז געווארן אויפגעשטעלט דורך א יחיד. איין מענטש, פאר וועמען עס האט וויי געטון דער מצב פון זיינע ברודער. איין מענטש, וועלכער האט ב"ה שיין מצליח געווען אין ביזנעס, אויף אזוי ווייט אז ער וואלט זיך געקענט אויפבויען א הערליך שיינעם הויז אין סיי וועלכן עקזיסטירנדן אידישן ישוב, און לעבן א שיינעם לעבן. פאר אים האט נישט אויסגעפעלט צו קומען דא אהער אויף זיך צו קענען קויפן א הויז.

אנדערע מענטשן אין זיין גאטונג טוען טאקע אזוי. זיי קויפן, אדער בויען זיך, א שיינעם פאלעצל, דרייוון א שיינעם גרויסן קאר, און אויב מען טיילט נאך אביסל צדקה אויך, איז מען דאך ממש א שיינער איד, א רבני, מיט א נגיד, מיט נאך אפאר טיטלען. ער קען באערט ווערן צוויי דריי מאל א יאר ביי דינערס פון מוסדות, קויפן שיינע עליות און זיין וויכטיג און טיכטיג.

דער יחיד האט עס אבער נישט געטון. אים האט געבאדערט דער מצב פון אנדערע און ער האט שווער געארבעט עטליכע יאר צו טרעפן א מקום און ווען ער האט עס געטראפן האט ער זיך אויפגעהויבן און געקומען דא קיין קאסא גראנדע. מיר, אלס תושבים דא אין שטאט, קענען עדות זאגן, אז דער איד האט נישט געקויפט קיין שום ריעל עסטיעט דא אין שטאט אויף צו מאכן געלט. כאטש ער האט געהאט אלע רעכטן דאס צו טון. אבער ער האט עס נישט געטון. ער מאכט ב"ה גוטע אינוועסטירוגען אין אנדערע סטעיטס און אין אנדערע סיטיס און מיר וואונטשן אים גרויס הצלחה אין אלע זיינע געשעפטן.

דא קיין קאסא גראנדע איז ער געקומען בלויז מיט די כוונה צו העלפן אנדערע אידן. ער האט אריינגעגאסן אין דעם מקום מיליאנען דאלארן אן קיין גוזמא. ער האט געהאלפן פילע אידן קויפן דא הייזער. מיר קענען עדות זאגן אז קיינער פון די ערשטע איינוואוינער דא (אויסער דער מייסד אליינס) וואלטן זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן צו קויפן אן אייגענעם ד' אמות אינעם ניו יארקער אומגעגענט. און אפילו דא האבן רוב פון אונז געדארפט צוקומען צו הילף. און דער איד האט געהאלפן יעדן מיט וואס אימער ער האט נאר געקענט, ועוד ידו נטוי'.

ער האט אויפגעשטעלט א ישוב, מהמסד ועד הטפחות, מיט שולן, מקוואות, געשעפטן און מוסדות התורה, און אלעס אויף זיינע אייגענע קאסטן, פשוט פאר דעם אז אנדערע אידן זאלן האבן ווי זיך צו באזעצן און אויפציען ערליכע, אידישע דורות.

ס'האט אים קיינמאל נישט געשטערט אז אנדערע מאכן אויך געלט. פארקערט, ער האט געהאלפן פילע אידן מאכן פרנסה. דא וואוינען היינט עטליכע אינגעלייט וועלכע האבן שיין פרנסה נאר אדאנק זיין שווערע ארבעט, און ער העלפט יעדן איינעם און איז פרייליך און צופרידן פון דעם אז זיי האבן פרנסה.

 

וויאזוי זענט איר אנגעקומען אהער?

קיין איין היימישער איד האט קיינמאל נישט געהערט פון דעם נאמען קאסא גראנדע, און האט אפילו נישט געוואוסט אז עס איז דא אזא ווארט, איידער דער יחיד האט אויסגעגעבן שווערע געלטער, פון זיין אייגענעם טאש, צו קומען דא אהער, אויפזוכן דעם ארט, און אויפשטעלן דא א ישוב.

און ווען ער וואלט אפגעקויפט דא אלע הייזער וואס שטייען צום פארקויפן, אויף צו מאכן ביזנעס, וואלט ער דאך אויך געהאט א רעכט דאס צו טאן. אפילו ריין פאר ביזנעס. פונקט ווי די אנדערע טענה'ן אז זיי מעגן קויפן ווי זיי ווילן, מעג ער דאך אויך. ער האט דאך אויפגעזוכט דעם מקום. יעצט אויב וואלט ער געקויפט די אלע הייזער אויף צו מאכן געלט דורך זיי כדי צו קענען אויפהאלטן דעם ישוב מיט אירע מוסדות, וואלט ער דאך אוודאי געהאט א רעכט אויף דעם.

אין מציאות אבער האט ער נישט אזוי געטון. וואס דען, ער פרובירט צו העלפן יעדן אינגערמאן וואס קומט אהער וואוינען, צו קויפן א הויז. גלייבט אונז נישט, קומט אהער אויף א באזוך און פרעגט אויס די איינוואוינער און איר וועט זיך איבערצייגן אז רוב מענטשן האבן נאר מצליח געווען צו קויפן דא א הויז מיט זיין הילף. פשוט ווייל ער איז א בעל חסד און פריידט זיך ווען א אינגערמאן קען זיך איינקויפן א דאך איבערן קאפ.

ולא עוד, ער איז בכלל נישט קיין עינו צרה בשל אחרים, און אפילו אידן וואס קומען נישט אהער וואוינען, נאר זיי ווילן קויפן א הויז פאר אינוועסטמענט, שטערט אים אויך נישט. פארקערט, ער האט פילע פון זיי געהאלפן און געשפארט אסאך געלט, ווי זיי אליינס זאגן עדות (זעהט שפעטער זייער עדות).

און וואס בעט דער איד פאר די אלע שווערע פלאג און מיה זיינע? ער בעט איין זאך: מאכט מיר נישט חרוב די אלע שווערע ארבעט. ברענגט מיר נישט אונטער דעם ישוב נאך איידער עס האט אפילו געהאט א שאנס פאר הצלחה. דאס אלעס.

הייזער איבער אמעריקא זענען שוין אזוי אויך גענוג געשטיגן אין די לעצטע צוויי יאר זינט קאוויד, און עס פעלט נישט אויס אז עס זאלן זיך אנרוקן אינוועסטארס פון דרויסן און הייבן די פרייזן נאכמער פון די נאטורליכע וואוקס.

 

בשרירות לבי אלך

קומט איר און זאגט, קאנטראליר מיך נישט, איך מעג קויפן ווי איך וויל! קאנטראלירן איז קאמוניזם.

ווילן מיר אייך צוריק פרעגן: און וואס פונקטליך טוט איר? איר קאנטראלירט נישט? איר זאגט: קאנטראליר נישט אייער ישוב, ווייל איך וויל עס קאנטראלירן. איך וויל קאנטראלירן אייער לעבן און אייך שאדן מאכן, און איר האט נישט קיין רעכט מיך צו שטערן! איר האט טאקע שווער געארבעט, אבער יעצט קען איך אויסנוצן אייער שווערע ארבעט פאר מיינע אינטערעסן, צו מאכן א שנעלן דאלער, און איר קענט מיך נישט אפהאלטן.

איי מיין ארבעט ווערט חרוב, איי א אינגערמאן א בן תורה וועט לכבוד דעם נישט קענען קויפן א הויז, נו, וואס גייט עס מיך אן? איך וויל יעצט מאכן געלט און קיינער האט נישט קיין רעכט מיך אפצוהאלטן, אפגעזעהן פון וועלכע שאדן אנדערע וועלן האבן!

וואס איז דאס? איך ווייס נישט צו דאס קען ווערן אנגערופן קאמוניזם, (כאטש עס טוט פונקטליך דאס וואס קאמוניזם האט געטון), אבער עס איז זיכער אזוי ווייט פון אידישקייט, פון ערליכקייט און יראת שמים, ווי עס קען נאר זיין.

אמת, מיר קענען אייך נישט אפהאלטן פון קויפן. עס איז א פרייע לאנד און איר קענט קויפן ווי איר ווילט. אבער מיר ווילן אייך פרעגן א פראגע: וויאזוי פונקטליך זענט איר אנגעקומען קיין קאסא גראנדע? וועלכע ווינט האט אייך אהערגעבלאזן? אין די צוויי און אהאלב טויזענט מייל צווישן ניו יארק און דא, אויף אייער לאנגע וועג אהער, איז נישט געווען קיין איין הויז צו פארקויפן אז איר האט געמוזט קויפן דא?

אה, ניין איר קויפט דא ווייל דא האט זיך געמאכט א ישוב פון אידן, ווייל יעצט מיט דעם נייעם ישוב איז עס געווארן א וואקאציע ארט און מענטשן קענען שוין קומען אהער אויף וואקאציע און איר ווילט פארדינען אפאר גראשן פון דעם. פאר דעם קומט איר דא.

[דאס איז אויסער דעם עצם זאך אז דאס אליינס איז א מיאוס'ע זאך. צו קומען קויפן הייזער אין א ישוב, נאר דערפאר ווייל יעצט האבן זיך אידן דא באזעצט, און דערפאר קומט מען דא כאפן שנעל הייזער ווען עס איז נאך ביליג, כדי צו קענען הייבן דעם פרייז נאכדעם וואס אנדערע קומען, דאס איז דאך אזוי מיאוס.

איז שוין די גרויסע וועלט צו קליין געווארן פאר אייך צו קענען מאכן ביזנעס? צו איז טאקע נישט געבליבן מער קיין שום זאך אין וואס צו אינוועסטירן אז איר האט געמוזט קומען כאפן הייזער דארט וואו אידן פרובירן אויפצושטעלן א ישוב? נאר אויף דעם אופן קענט איר מאכן געלט דורך טייער מאכן דאס לעבן פאר אייערע אידישע ברידער? צו גלייבט איר אז דאס הייסט באמת ערליכע געלט? צו גלייבט איר אז דאס איז וואס דער רבונו של עולם וויל? צו גלייבט איר אז איר וועט זעהן א ברכה אין אזעלכע סארט געלט?

אדרבא, לערנט אייך אפ פון דעם מייסד פון אונזער ישוב און מאכט ביזנעס אין אנדערע מקומות. אויב איר ווייסט נישט וויאזוי, קומט אהער אויף א באזוך און ער וועט אייך גערן ארויסהעלפן. אפשר וועט איר נאך אויך זוכה זיין אויפשצושטעלן א נייעם ישוב פאר ערליכע אידן]

 

דרך ארץ קדמה לתורה

נו אויב אזוי, געדענקט אז דרך ארץ קדמה לתורה, נאך איידער מיר קומען אן צו די תורה, איז עס פשוט אן ענין פון דרץ ארץ, אז ווען דער איד אדאנק וועמענס מסירת נפש איר פרובירט יעצט צו פארדינען די פאר דאלער, בעט אייך אז איר זאלט ווארטן אביסל אויף אייער רייע, און אז איר זאלט נישט איבערצאלן העכער פון דעם אמת'ן ווערט, ווייל עס מאכט חרוב דעם ישוב, איז דאך נישט מער ווי מענטשליך איר זאלט זיך רעכענען מיט דעם.

אויב חלילה זאל דער ישוב צופאלן, וועט איר פארקויפן דאס הויז און גיין ווייטער. וואס וועלן אבער טון די אידן וועלכע האבן זיך דא באזעצט? וואס וועלן זיי טון? וואס וועט איר ענטפערן פאר זייערע קליינע קינדערלעך וואס וועלן אייך פרעגן: פארוואס האט איר חרוב געמאכט אונזער שטאט? וואס וועט איר זיי זאגן ווען זיי וועלן וויינען אז זיי האבן נישט וואו צו וואוינען?

און דאס איז אלעס נאך איידער מיר זענען אנגעקומען צו תורה. נאר בלויז דרך ארץ. נאר בלויז אויף נישט צו זיין א קאמוניסט וואס רעכנט זיך נישט מיט יענעם'ס שווערע ארבעט און נעמט עס צו פאר זיך, ווייל ער קען. ווייל די רעגירונג לאזט אים.

אבער נאך דעם דרך ארץ איז דאך דא א תורה אויך. איר זענט דאך אן ערליכער איד, איר ווילט זיך דאך פירן ווי די תורה הייסט. איר זענט גרייט צו צאלן שכר לימוד פאר אייערע קינדער, איר וועט קויפן מהודר'דיגע תפלין פאר זיי. איר וועט נישט שפארן אויף מַצות און ד' מינים. פארוואס? ווייל איר זענט א שומר תורה ומצוות און איר גלייבט אז דער אויבערשטער האט הנאה דערפון. נו אויב אזוי, געדענקט אז די תורה דארף מען היטן אין אלע עניינים, און אין אלע שטחים פון לעבן.

אלע הלכות פון די תורה דארף מען היטן, נישט נאר כשרות און שמירת שבת ויום טוב. און אט די זעלבע תורה, די תורה וואס פאדערט פון אייך צו עסן מצה און שאקלען לולב, די דאזיגע תורה גיבט אונז אויך עפעס רעכטן.

 

שבעה טובי העיר

די תורה געבט געוויסע רעכטן פאר א קהילה פון אידישע קינדער, וואס גייען אין אירע וועגן. און איינס פון די רעכטן וואס די תורה געבט אונז, איז די רעכט זיך צוזאמען צו נעמען און אוועק שטעלן א וועד העיר, פון שבעה טובי העיר (וואס ע"פ פסקו פונעם רב שליט"א, האבן מיר דערווייל געשטעלט נאר דריי חברי הוועד), וואס זאלן אוועקשטעלן תקנות אין שטאט; וויאזוי, ווען און אונטער וועלכע תנאים מען קען און מען מעג קויפן דא הייזער.

די רעכט האבן מיר באקומען פון די תורה, דורך חז"ל. און אויב איר זענט אן ערליכער איד, זענט איר מחויב עס אויסצופאלגן, פונקט ווי איר עסט כשר'ס כאטש די רעגירונג לאזט אייך עסן טריפה. און אויב דאס קוקט אייך אויס קאמוניסטיש, דאן ווילן מיר אייך מודיע זיין עפעס: די גאנצע תורה איז קאמוניסטיש. ווייל די גאנצע תורה פון אנהייב ביזן סוף, טיילט אייך איין וואס צו טון. די גאנצע תורה קאנטראלירט אייך און זאגט אייך וואס יא און וואס נישט, אפילו מיט זאכן וואס איר פארשטייט נישט אלעמאל.

נאר פאר די וואס זענען זוכה צו שפירן דעם טעם, איז עס זיס און געשמאק, ווייל דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום. אבער פאר די וואס זענען נישט גרייט זיך מבטל צו זיין צו די תורה, איז עס טאקע שווער און קאנטראלירנד.

דא אבער האבן מיר אייך זייער שיין ערקלערט פארוואס מיר טוען עס און וואס מיר בעטן פון אייך. מיר וועלן אייך העלפן מאכן געלט. מיר וועלן אייך העלפן קויפן א הויז, ווען עס וועט קומען אייער רייע (פשוט ווייל אנדערע האבן זיך דערמאנט פאר אייך און עס איז נישט שיין זיך אריינצוכאפן, אפילו אויב איר האט מער געלט און איר זענט גרייט עס צו צאלן אויף עפעס וואס איז נישט ווערט אזויפיל), און פאר דעם פרייז וויפיל עס איז באמת ווערט, נישט פאר אן ארויפגעשרויפטן פרייז.

 

עני המהפך בחררה

עס איז דא ביי אונז אין שטאט א יונגערמאן אין כולל, וואס זיצט און לערנט פלייסיג. אין ניו יארק וואלט ער נישט געקענט בלייבן ביים לערנען, און דערפאר האט ער מקיים געווען הוי גולה למקום תורה און האט זיך אהער געצויגן.

ער האט געטון דאס וואס איר ווילט נישט טון, ער איז געקומען דא וואוינען אויפן גאנצן יאר, וואס נאר אדאנק אים און זיינס גלייכן האט דער ישוב א קיום און מען קען דא מאכן געלט פון וואקאציע הייזער. נאר דורכדעם וואס די אידן זענען גרייט דורכצושוויצן די שוועריגקייטן פון כל התחלות קשות, נאר דוכדעם איז דער ישוב צושטאנד געקומען. דער יונגערמאן האט געהאנדלט אויף א הויז צום קויפן, און מען האט אפגעמאכט א פרייז. דער מוכר האט אקצעפטירט דעם אפער און מען האט געהאלטן ביים שרייבן קאנטראקט.

די לעצטע מינוט איז געקומען א איד פון ניו יארק און, טראץ וואס ער האט געוואוסט אז דער אינגערמאן האנדלט אויף דעם הויז, האט ער אריינגעגעבן א אפער מיט דרייסיג טויזענט דאלער מער פון דעם אינגערמאן. עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער אינגערמאן האט פארלוירן דאס הויז.

אבער נאכדעם, ווען מיר האבן נישט געוואלט לאזן זיין הויז פארדינגען ווערן אויף די פלאטפארמע פון די קהילה, איז ער געווען בייז. היתכן מען קאנטראלירט אים?

ווען מיר האבן אים אנגעוויזן אויף די שרעקליכע שאדן וואס ער האט געמאכט פאר די קהילה האט ער עס נישט געוואלט אקצעפטירן. דער מייסד הישבו האט אים פארגעשלאגן אז מען זאל באצאלן דעם דרייסיג טויזענט דאלער שאדן פאר דעם אינגערמאן און ער איז אפילו גרייט געווען צושטייער צו געבן האלב פון די דרייסיג.

מיר מוזן דאס איבער'חזר'ן, ווייל עס איז אזוי וויכטיג. דער מייסד הישוב איז גרייט געווען צו געבן פון זיין טאש פופצן טויזענט דאלער פאר א איד א גביר, א איד וואס האט זיך אויפגעפירט ווילד און צוגעכאפט א הויז פון א אידישן ברודער און אים שאדן געמאכט דרייסיג טויזענט דאלער, און אנשטאט אים לאזן גיין זיך הענגען, האט מען אים פארגעשלאגן צו באצאלן האלב דערפון, אבי ער זאל פאררעכטן די עוולה וואס ער האט געטון. פשוט כדי ער זאל זעהן אז מען מיינט עס ערנסט און נישט סתם אז מען איז דא צו קאנטראלירן מענטשן.

 

מיר מיינען עס ערנסט

מיר פון אונזער זייט זענען געווען גרייט צו גיין ארויס פון אונזער וועג און זיך לאזן קאסטן ממון ודמים צו העלפן די אידן וועלכע האבן זיך נישט גערעכנט מיט אונז. אבער פארט זענען מיר נישט מחויב זיי צו העלפן אונז אונטערברענגען. אז יענער וויל זיין א חי' איז דאס זיין געשעפט, אז יענער וויל זיך נישט רעכענען מיט אנדערע אידן, וועט ער אויף דעם דארפן אפגעבן דין וחשבון, אבער ער קען דאך נישט פאדערן פון אונז אז מיר זאלן אים נאך צוהעלפן.

און דערפאר איז טאקע גאר וויכטיג אז מען זאל זיך האלטן פעסט צו די תקנות הוועד, אז ווער עס קומט אן דא אין שטאט דורך די אידן וועלכע פרובירן צו ברעכן די קהילה, סתם צוליב זייערע שלעכטע מידות, זאלן זיך נישט קענען באנוצן מיט די סערוויסעס וואס מיר שטעלן דא צו פאר גאר טייער געלט און מיט גאר שווערע ארבעט.

אדרבא, נוצט דעם שטאט אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט איידער מיר זענען געווען דא. אן א גראסערי, אן בתי מדרשים, אן א מקוה, אן קיין שום אידישע אנוועזנהייט. איר קענט דאך אונז נישט צווינגען אייך צוצושטעלן די זאכן. איר זענט דאך נישט קיין קאמוניסט.

 

אין קורצן:

די וועד העיר איז נישט דא צו קאנטראלירן. מיר זוכן נישט קיין מאכט איבער קיינעם. בס"ה האבן זיך דא צאמגענומען קליינע הייפעלע אידן און פרובירן מייסד צו זיין א קהילה, עס איז דא א יחיד וואס האט שוין אריינגעגאסן, און איז ממשיך אריינצוגיסן, גאר שווערע געלטער פון זיין אייגענער טאש, און די תורה הק' זאגט, אזוי שטייט אין שולחן ערוך, אז מיר האבן א רעכט אוועקצושטעלן א וועד פון שבע טובי העיר וואס זאל איינשטעלן פשוט'ע, שכל'דיגע תקנות לתועלת העיר והישוב, ולרווחת יושביה, און עס איז נישט מער ווי מענטשליך אז אנדערע זאלן זיך רעכענען מיט דעם.

 

און פאר איינעם וואס באשליסט זיך נישט צו רעכענען און טרעטן אויף די געברויכן און געפיהלן פון די תושבים און מייסדים, איז דא בס"ה איין זאך וואס מיר קענען טון; מיר וועלן אים נישט העלפן אונז ווייטון און אונטערברענגען, דורך לאזן אים זיך באנוצן מיט אונזערע סערוויסעס.